רוי:צום גדליה

ווערסיע פון 20:00, 29 אויגוסט 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישן לוח" ב־"אידישן לוח")

צום גדליה איז א תענית אין דעם אידישן לוח וואס מען פאסט ג' תשרי. אז ג' תשרי געפאלט שבת פאסט מען צומארגנס, ד' תשרי.

שטאמונג

אום ג' תשרי (לויטן רד"ק (ירמיה מא, א) און אבן עזרא (זכריה ח, יט) איז דאס געווען א' תשרי) נאך חורבן בית ראשון ווען גדליהו בן אחיקם איז געווען דער פירער אויף די פארבליבענע רעשטלאך אידן אין מלכות יהודה ער איז געשטעלט געווארן דורך נבוכדנצר און זיין מיליטער, גדליה האט מיט געהאלטן מיט ירמיה הנביא אז מען זאל מאכן א פרידן פאקט מיט נבוכדנצר, כדי מציל זיין די איבריגע אידן, און כדי נבוכדנצר'ס מיליטער זאלן אויפהערן פארגיסן יידיש בליט ווי וואסער, אבער דארט איז געווען א מיליטער מאן ישמעאל בן נתניה, וואס האט געהאלפטען פונקט פארקערט אז מען טאר זיך נישט ברעכען, און ער האט מיט א שווינדל געמארדעט גדליהו בן אחיקם, ראש השנה נאכמיטאג אין מיטן גדליה'ס סעודת יום טוב. אזוי אז עס איז נישט געבליבן קיין עצה פאר די פאר לעצטע פארבליבענע יידן זיי האבן אראפגענידערט פון ארץ ישראל קיין מצרים. חז"ל שילדערן אז זינט די געשיכטע, איז ארץ ישראל געבליבן פוסט און וואוסט אן קיין שום לעבנסצייכן, פאר 50 יאר האט מיטאמאל א פויגל אריבערגעפלויגן ארץ ישראל.

(לויט דער שיטה אז עס איז געשען א' תשרי האט מען אפגעשטופט דעם געדענק-טאג צו ג' תשרי פון וועגן ראש השנה). דער בית יוסף אין סימן ת"ר ברענגט ביידע שיטות און איז מפלפל לויט דעם צי צום גדליה האט א דין פון א נדחה און מען קען מיקל זיין ביים פאסטן.

דינים און מנהגים

דער טאג ג' תשרי געפאלט אייביג אין די טעג ב' ד' ה' ז' און נישט אין די טעג פון א' ג' ו'

מען פאסט פון עלות השחר ביז מען זעט די ערשטע דריי שטערן ביינאכט. ווען עמיצער שטייט אויף פארטאגס מעג ער טרינקען ביז עלות, אבער עסן מעג מען נאר אז מ'האט געמאכט א תנאי איידער זיך לייגן שלאפן.

דער ש"ץ זאגט נאך א ברכה, עננו, נאך "גואל ישראל". ביי שחרית זאגט מען נישט קיין סליחות ווייל מ'האט שוין געזאגט סליחות פארן דאווענען.[1] מ'זאגט אבינו מלכנו נאך דער הויכער שמונה עשרה אזוי ווי אלע טעג אין די עשי"ת. ליינען ליינט מען ויחל סיי ביי שחרית סיי ביי מנחה; ביי די אשכנזים איז די דריטע עליה צו מנחה מפטיר, און מ'ליינט די הפטרה דרשו (ישעיה נד).

רעפערענצן

  1. אבער אין חב"ד זאגט מען נישט קיין סליחות אין די עשי"ת, דעריבער זאגן זיי די סליחות פון צום גדליה ביי שחרית.

מוסטער:הלכה

  דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!