קביעות פון יאר
דאס קביעות פון א אידישן יאר איז וויאזוי דער יאר איז אויסגעשטעלט אויפן לוח. דאס נעמט אריין ווי לאנג דער יאר איז, ווען עס פאלן אויס די ימים טובים און אנדערע דאטומען, און דער סדר פון די פרשיות. דאס ווערט באצייכנט דורך א סימן פון דריי אותיות.
עס זענען פארהאן פערצן סארט יארן אין דער באשטימטער לוח: זיבן פון זיי זענען געווענליכע יארן, און זיבן זענען עיבור יארן.
הונטערגרונט און באדייט
דער אויסשטעל פון א יאר ווענדט זיך אין וועלכן טאג אין וואך עס הייבט זיך אן, און וויפיל טעג עס פארמאגט.
דער לענג פון א ספעציפישער אידישער יאר איז געוואנדן אין דריי באזונדערע פונקטן:
- צי דער יאר איז אן עיבור יאר, וואס אין דעם פאל קומט צו דרייסיג טעג פון חודש אדר א'[1]
- צי עס עקזיסטירט דער טאג ל' כסלו[2]
- צי עס עקזיסטירט דער טאג ל' חשוון, עפעס וואס קען נאר זיין אין א יאר וואס פארמאגט ל' כסלו[3]
עס זענען אלזא פארהאן זעקס מעגליכקייטן ווי לאנג א יאר זאל זיין:
- חסרה – ווען חשוון און כסלו פארמאגן ביידע בלויז 29 טעג, איז דער יאר לאנג 353 טעג[4] אין א געווענליך יאר, און 383 טעג[5] אין אן עיבור יאר
- כסדרה – ווען חשוון פארמאגט 29 טעג און כסלו דרייסיג, איז דער יאר לאנג 354 טעג[6] אין א געווענליך יאר, און 384 טעג[7] אין אן עיבור יאר
- שלימה – ווען חשוון און כסלו פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, איז דער יאר לאנג 355 טעג[8] אין א געווענליך יאר, און 385 טעג[9] אין אן עיבור יאר
דער יאר קען זיך אנהייבן אין פיר טעג פון דער וואך, לויטן כלל פון לא אד"ו ראש. לויט דעם וואלט געווען 24 סארט יארן, די פיר מעגליכע טאג פון אנהייב פארדאפלט מיט די זעקס מעגליכע לענג פון יאר; אין פאקט, אבער, זענען די פיר ערלויבטע טעג נישט אלע פאסיג פאר יעדע מעגליכע לענג פון יאר, ווייל דער כלל פון לא אד"ו ראש גייט אן אויך אויפן קומענדיגן יאר[א]. די באגרעניצונגען לאזן איבער בלויז פערצן סארטן יארן, וועלכע ווערן אויך גערופן קביעות'ער.
סימן און קאלענדאר
עס איז איינגעפירט צו באצייכענען דעם קביעות מיט דריי אותיות, וועלכע צייגן אויף די פאלגנדע פונקטן וואס זענען גענוג צו באשטימען דעם גאנצן אויסשטעל פון יאר:
- ב/ג/ה/ז – דער טאג אין וואך ווען ראש השנה פאלט אויס.
- ש/כ/ח – צי דער יאר איז שלימה, כסדרה אדער חסרה.
- א/ג/ה/ז – דער טאג אין וואך ווען עס געפאלט דער ערשטער טאג פסח, וואס געבט אויך ארויס צי דער יאר איז אן עיבור יאר.
צום ביישפיל, דער קביעות בחג באדייט א יאר וואס הייבט זיך אן אין מאנטאג, עס איז חסרה, און פסח הייבט זיך אן אין דינסטאג.
בחג | בשה | גכה | הכז | השא | זחא | זשג | דאטום אין יאר | בחה | בשז | גכז | החא | השג | זחג | זשה |
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
ב | ב | ג | ה | ה | ז | ז | ראש השנה | ב | ב | ג | ה | ה | ז | ז |
ד | ד | ה | א (נדחה) | א (נדחה) | ב | ב | צום גדליה | ד | ד | ה | א (נדחה) | א (נדחה) | ב | ב |
ד | ד | ה | ז | ז | ב | ב | יום כיפור | ד | ד | ה | ז | ז | ב | ב |
ב | ב | ג | ה | ה | ז | ז | סוכות | ב | ב | ג | ה | ה | ז | ז |
א | א | ב | ד | ד | ו | ו | הושענא רבה | א | א | ב | ד | ד | ו | ו |
ב | ב | ג | ה | ה | ז | ז | שמיני עצרת | ב | ב | ג | ה | ה | ז | ז |
גד | גד | דה | וז | וז | אב | אב | ראש חודש חשוון | גד | גד | דה | וז | וז | אב | אב |
ה | הו | ו | א | אב | ג | גד | ראש חודש כסלו | ה | הו | ו | א | אב | ג | גד |
א | ב | ב | ד | ה | ו | ז | חנוכה | א | ב | ב | ד | ה | ו | ז |
ו | זא | זא | בג | גד | ד | הו | ראש חודש טבת | ו | זא | זא | ב | גד | ד | הו |
א | ג | ג | ה | ו | ו | א | עשרה בטבת | א | ג | ג | ד | ו | ו | א |
ז | ב | ב | ד | ה | ה | ז | ראש חודש שבט | ז | ב | ב | ג | ה | ה | ז |
אב | גד | גד | הו | וז | וז | אב | ראש חודש אדר (א) | אב | גד | גד | דה | וז | וז | אב |
ראש חודש אדר ב' | גד | הו | הו | וז | אב | אב | גד | |||||||
ה (מוקדם) | ב | ב | ד | ה | ה | ה (מוקדם) | תענית אסתר | ב | ד | ד | ה | ה (מוקדם) | ה (מוקדם) | ב |
א | ג | ג | ה | ו | ו | א | פורים | ג | ה | ה | ו | א | א | ג |
כט שבט | כז שבט | כז שבט | כה שבט | ר"ח אדר | ר"ח אדר | כט שבט | שבת שקלים | כז אדר א' | כה אדר א' | כה אדר א' | ר"ח אדר ב' | כט אדר א' | כט אדר א' | כז אדר א' |
יג אדר | יא אדר | יא אדר | ט אדר | ח אדר | ח אדר | יג אדר | שבת זכור | יא אדר ב' | ט אדר ב' | ט אדר ב' | ה אדר ב' | יג אדר ב' | יג אדר ב' | יא אדר ב' |
יח אדר | יח אדר | יז אדר | כב אדר | כא אדר | כא אדר | יט אדר | שבת פרה | יז אדר ב' | כב אדר ב' | כב אדר ב' | כא אדר ב' | יט אדר ב' | יט אדר ב' | יז אדר ב' |
כו אדר | כו אדר | כה אדר | ר"ח ניסן | כט אדר | כט אדר | כז אדר | שבת החודש | כה אדר ב' | ר"ח ניסן | ר"ח ניסן | כט אדר ב' | כז אדר ב' | כז אדר ב' | כה אדר ב' |
ג | ה | ה | ז | א | א | ג | ראש חודש ניסן | ה | ז | ז | א | ג | ג | ה |
ג | ה | ה | ז | א | א | ג | פסח | ה | ז | ז | א | ג | ג | ה |
דה | וז | וז | אב | בג | בג | דה | ראש חודש אייר | וז | אב | אב | בג | דה | דה | וז |
ו | א | א | ג | ד | ד | ו | ראש חודש סיון | א | ג | ג | ד | ו | ו | א |
ד | ו | ו | א | ב | ב | ד | שבועות | ו | א | א | ב | ד | ד | ו |
זא | בג | בג | דה | הו | הו | זא | ראש חודש תמוז | בג | דה | דה | הו | זא | זא | בג |
ג | ה | ה | א (נדחה) | א | א | ג | שבעה עשר בתמוז | ה | א (נדחה) | א (נדחה) | א | ג | ג | ה |
ב | ד | ד | ו | ז | ז | ב | ראש חודש אב | ד | ו | ו | ז | ב | ב | ד |
ג | ה | ה | א (נדחה) | א | א | ג | תשעה באב | ה | א (נדחה) | א (נדחה) | א | ג | ג | ה |
גד | הו | הו | זא | אב | אב | גד | ראש חודש אלול | הו | זא | זא | אב | גד | גד | הו |
נאטיצן
- ↑ צום ביישפיל, אויב ראש השנה פון דעם יאר געפאלט אין דינסטאג, קען עס נישט זיין קיין שנה חסרה, ווייל אין דעם פאל וועט דער קומענדיגער ראש השנה אויסקומען פרייטאג (אויב איז דער יעצטיגער יאר א געווענליכער) אדער זונטאג (אויב איז דער יעצטיגער יאר אן עיבור יאר).
דער חשבון גייט אז 350 טעג צוטיילן זיך אויף גלאטע פופציג וואכן, און די זעלבע מיט 378 טעג אויף 54 וואכן. דאס באדייט אז א שנה חסרה לאזט איבער רעשט דריי טעג אין א געווענליך יאר (און דער קומענדיגער ראש השנה געפאלט דריי טעג שפעטער אין וואך) און פינף טעג אין אן עיבור יאר; א שנה כסדרה לאזט איבער רעשט פיר טעג אין א געווענליך יאר און זעקס טעג אין אן עיבור יאר; א שנה שלימה לאזט איבער רעשט פינף טעג אין א געווענליך יאר און גארנישט אין אן עיבור יאר.
פון דעם קומט ארויס אז ווען ראש השנה געפאלט אין דינסטאג, קען דער יאר נאר זיין כסדרה; ווען ראש השנה געפאלט אין מאנטאג אדער שבת, אדער ווען עס געפאלט אין דאנערשטאג אין אן עיבור יאר, קען דער יאר נאר זיין חסרה אדער שלימה; ווען ראש השנה געפאלט אין דאנערשטאג אין א געווענליך יאר, קען דער יאר נאר זיין כסדרה אדער שלימה.