ספר שמואל איז דאס דריטע ספר אין נביאים. דאס ספר דערציילט די געשיכטע פון כלל ישראל אין דער תקופה פון שמואל הנביא, שאול המלך, און דוד המלך. דער אנהויב פון ספר שמואל קאנצעטרירט זיך בעיקר אויף דעם פערזענליכן לעבן פון שמואל, פון די געשיכטע פון זיינע עלטערן און זיין געבורט, און ווייטער זיין לעבן און שאפן דורכאויס זיינע יארן אלס שופט און מנהיג פון כלל ישראל.

דאָס ספר שמואל איז צעטיילט אין צוויי, "שמואל א'" און "שמואל ב'" (אין דער צייט פון דער גמרא איז עס געווען איין ספר). שמואל א' האָט 31 קאַפּיטלעך און דערציילט די ספּורים וועגן שמואלס וואונדערליכער געבורט; די שירה פון זיין מוטער חנה; די הערשאַפט טון עלי הכהן; די פאַרלוירענע מלחמה פון אידן קעגן די פּלשתים און דעם טויט פון עלי און דאָס געפאַנגען נעמען פון גאָטס ארון; די הערשאַפט פון שמואל; דאָס זאַלבן פון שאול אַלס מלך; די מלחמות פון שאול; דער ערשטער אויפשטייג פון דוד און זיין באַזיגן גלית; דאָס רודפן דוד דורך שאול; דאָס אַנטלויפן פון דוד; די טראגישע מלחמה ביי גלבוע פון שאול קעגן די פּלשתים און דאָס פאַלן פון שאול און זיין זון יונתן אויפן שלאַכטפעלד.

שמואל ב, האָט 24 קאַפּיטלעך און הויבט זיך אָן מיט דער קינה פון דוד אויפן טויט פון שאול און יונתן און דאָס באַשטימען פון שאול אַלס מלך איבער יהודה אין חברון; די הערשאַפט פון שאולס זון איש בושת איבער ישראל; די שטרייטן צווישן יהודה און ישראל; דער טראגישער טויט פון אבנר און איש בושת און דאָס פאַרשפּרייטן פון דודס קעניגריך איבער גאַנץ ישראל; די מלחמות פון דוד און זיינע נצחונות; די אינערליכע טראגישע פּאַסירונגען פון דודס לעבן (אמנון און תמר, דער אויפשטאַנד פּון זיין זון אבשלום), פאַרשידענע אויפשטאַנדן קעגן דוד; דאָס אייננעמען דורך דוד ציון.

רבנישע ספרים

אין גמרא בבא בתרא י"ד שטייט אז שמואל האָט געשריבן די ספרים שופטים, רות און זיין ספר שמואל ביז דעם סיפּור, ווי שמואל איז געשטאָרבן, און פון דאָרט ביזן סוף האָבן געשריבן גד החוזה און נתן הנביא.

צום ספר שמואל איז פארהאן אַ מדרש באַקאַנט מיטן נאָמען "אגדת שמואל", ווערט דערמאָנט צוערשט אין רש"י (שמואל א' כ' און אַנדערע ערטער) ווי אויך אין רש"יס ספר "הפּרדס" מיטן נאָמען "מדרש עת לעשות לה'". לויט דער מיינונג פון שלמה באָבער איז דער מדרש נתחבר געוואָרן אין ארץ־ישראל אין דער גאונים־עפּאָכע.

אינהאלט

שמואל א'

פונעם געבורט פון שמואל ביזן טראגישן אומקום פון שאול המלך.

שמואל ב'

פון די אנהויב פון די קעניגרייך פון דוד המלך ביז זיינע לעצטע טעג.


ספרים אין תנ"ך

תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים

נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי

כתובים: תהלים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב')

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!