רבי אלעזר בן ערך
רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲרָךְ איז געווען אן ארץ ישראל'דיגער תנא, פון די פינף גרעסטע תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, צוזאמען מיט רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי יהושע בן חנניה, רבי יוסי הכהן און רבי שמעון בן נתנאל[1].
געבורט |
ערשטער יארהונדערט ארץ ישראל |
---|---|
פטירה |
ארץ ישראל |
תקופת הפעילות | צווייטער דור פון תקופת התנאים |
רבי'ס | רבן יוחנן בן זכאי |
בני דורו | רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי יהושע בן חנניה, רבי יוסי הכהן, רבי שמעון בן נתנאל |
קלוגשאפט און גרויסקייט
לויט אבא שאול איז רבי אלעזר בן ערך געווען דער גרעסטער פון די תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי, און זיין רבי האט אויף אים געזאגט: "אם יהיו כל חכמי ישראל בכף מאזנים, ורבי אליעזר בן הורקנוס אף עמהם, ורבי אלעזר בן ערך בכף שניה – מכריע את כולם"[1]. רבן יוחנן האט אויך אויסגערעכנט זיין שבח אז ער איז א "מעיין המתגבר" (לבו רחב ומוסיף פלפול וסברות מדעתו[2])[1] און אין אבות דרבי נתן[3]: "נחל שוטף ומעין המתגבר שמימיו מתגברין ויוצאין לחוץ, לקיים מה שנאמר[4] יָפוּצוּ מַעְיְנֹתֶיךָ חוּצָה בָּרְחֹבוֹת פַּלְגֵי מָיִם".
ווען רבי יוחנן בן זכאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים "צאו וראו איזוהי דרך ישרה שידבק בה האדם", האט רבי אלעזר געזאגט: "לב טוב"; און איזוהי דרך רעה שיתרחק ממנה האדם – "לב רע". די איבריגע תלמידים האבן געזאגט אנדערע מדות. האט רבן יוחנן געזאגט פאר זיינע תלמידים: רואה אני את דברי אלעזר בן ערך מדבריכם, שבכלל דבריו דבריכם[5].
ווען דער זון פון רבן יוחנן בן זכאי איז געשטארבן זענען זיינע תלמידים אריין אים טרייסטן, אבער ער האט נישט אנגענומען זייערע טרייסטן. ווי נאר רבי אלעזר בן ערך איז אריין האט רבן יוחנן געזאגט פאר זיין שמש: "נעם מיינע קליידער און מיר גייען אין בית המרחץ, וויבאלד ער איז אן אדם גדול און איך גיי נישט קענען שטיין פאר אים" (איך גיי מיך נישט קענען איינהאלטן פון זיך טרייסטן מיט זיינע ווערטער, וואס וועלן זיכער דערפרייען מיין זעל[6]). איז רבי אלעזר אריין און געזיצן פאר אים און געזאגט: "איך וועל דיר מאכן א משל צו וואס דער זאך איז גלייך, צו א מענטש וואס דער קעניג האט ביי אים באהאלטן א פקדון. יעדן טאג האט ער געוויינט און געשריגן זאגנדיג: 'וויי איז מיר, ווען וועל איך ארויס פון דעם פקדון בשלום (עס צוריקגעבן פאר'ן קעניג גאנץ אנע שאדן)'? אויך דו רבי – האסט געהאט א זון; ער האט געלערנט תורה מקרא נביאים וכתובים משנה הלכות ואגדות, און איז נפטר געווארן פון דער וועלט אן א זינד. דו דארפטסט אננעמען תנחומים ווען דו האסט צוריקגעקערט דיין פקדון גאנץ". האט אים רבן יוחנן געזאגט: "רבי אלעזר מיין זון, נחמתני כדרך שבני אדם מנחמין"[7].
אין מדרש ווערט גע'דרש'נט אויפ'ן פסוק[8] "וְכֹל אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה יַצְלִיחַ" – שהכל צריכין לעצתו, כגון רבי אלעזר בן ערך, שהיה יועץ עצות, ומתקיימות ומצליחות. אמרו לו: "נביא אתה"? אמר להן: "לא נביא אנכי ולא בן נביא, אלא כך אני מקובל מרבותי: כל עצה שהיא לשם שמים, סופה להתקיים"[9].
לויט ווי עס שטייט אינעם פתיחה צום ספר תאגי, אן אור-אלטן ספר איבער תגין פון א ספר תורה, האט רבי אלעזר מקבל געווען דעם ספר פון רבי נחוניא בן הקנה און עס איבערגעגעבן פאר רבי יהושע.
תורת הנסתר
רבי אלעזר בן ערך איז געווען גאר גרויס אין תורת הנסתראון ווערט דערמאנט עטליכע מאל אין זוהר הק'[10]. רבן יוחנן בן זכאי האט געזאגט אויף איין פסוק 300 הלכות פסוקות, און זיי נאר געוואלט אויסלערנען פאר זיינע תלמידים רבי אלעזר בן ערך און רבי אליעזר בן הורקנוס, וויבאלד זיי האבן עוסק געווען מיט אים אין מעשה מרכבה[11]. אמאל זענען רבי דוסתאי און רבי חגי געגאנגען צו רבי אלעזר, וועם רבי דוסתאי האט אנגערופן "סֵבֶר אפי יומין, דער וואס ס'קומען אראפ פאר אים שרים עליונים פון דער קעניג ברוך הוא". אנקומענדיג דארט האבן זיי געהערט סודות עליונים און געזען מלאכי מעלה[12].
אין גמרא ווערט געברענגט א מעשה, אז רבי יוחנן בן זכאי האט געריטן אויף אן אייזל, מיט רבי אלעזר. ווען רבי אלעזר האט אים געבעטן ער זאל מיט אים לערנען א פרק אין מעשה מרכבה. רבי יוחן האט זיך ארויסגעדרייט, דאן האט רבי אלעזר געבעטן רשות צו זאגן פון זאכן וואס ער האט אויפגעכאפט דורך ראשי פרקים וואס רבי יוחנן האט אים שוין אמאל געזאגט[13]. רבי אלעזר האט דאן אנגעהויבן דרש'ען, איז אראפ א פייער פון הימל און ארומגענומען אלע ביימער פון פעלד, און די מלאכים האבן אנגעהויבן זאגן שירה און געטאנצן, און איין מלאך האט זיך אנגערופן: "אט דאס איז מעשה מרכבה". האט זיך רבי יוחנן אויפגעשטעלט, און געקישט אויפ'ן קאפ און געזאגט: "ברוך ה' אלוקי ישראל שנתן בן לאברהם אבינו שיודע להבין ולחקור ולדרוש במעשה מרכבה. יש נאה דורש ואין נאה מקיים, ויש נאה מקיים ואין נאה דורש; אתה נאה דורש ונאה מקיים. אשריך אברהם אבינו שאלעזר הן ערך יצא מחלציך"[14].
מימרות
אין פרקי אבות[15] איז פארהאן א מימרא פון אים: "הוי שקוד ללמוד תורה. ודע מה שתשיב לאפיקורס. ודע לפני מי אתה עמל. ונאמן הוא בעל מלאכתך שישלם לך שכר פעולתך".
אויסער דער מאמר אין אבות, ווערט רבי אלעזר בן ערך נישט דערמאנט אין די משנה, און גאר ווייניג ווערט פון אים געברענגט אין ברייתות. דער איינציגסטער מימרא געברענגט פון אים אין בבלי איז: "כתוב[16]: "וְכֹל אֲשֶׁר יִגַּע בּוֹ הַזָּב וְיָדָיו לֹא שָׁטַף בַּמָּיִם… וְטָמֵא וכו'" – אמר רבי אלעזר בן ערך: מכאן סמכו חכמים לנטילת ידים [פאר'ן עסן ברויט] מן התורה"[17]. נאך הלכות ווערן געברענגט פון אים אין ירושלמי[18].
פון זיינע ווערטער אין אגדה: רבי אלעזר בן ערך אומר: כשירד הקב"ה על הר סיני ליתן התורה לישראל ירדו עמו ששים רבוא של מלאכים כנגד ששים רבוא של גבורי ישראל, ובידם זיינות ועטרות. ועטרו את כל ישראל כתר שם המפורש. וכל אותן הימים עד שלא באו לאותו מעשה (מעשה העגל) היו טובים לפני הקב"ה כמלאכי השרת, ולא משל בהם מלאך המוות ולא היו יוצאים לנקביהם כבני אדם. וכיון שעשו מעשה העגל כעס הקב"ה עליהם ואמר: סבור הייתי שתהיו לפני כמלאכי השרת, שנאמר[19]: "אֲנִי אָמַרְתִּי אֱלֹהִים אַתֶּם וּבְנֵי עֶלְיוֹן כֻּלְּכֶם" – עכשיו: "אָכֵן כְּאָדָם תְּמוּתוּן וּכְאַחַד הַשָּׂרִים תִּפֹּלוּ"[20].
אין ילקוט שמעוני ווערן געברענגט א צאל דרשות פון רבי אלעזר בן ערך אין אגדה[21].
דער וואונדער אז רבי אלעזר בן ערך ווערט כמעט נישט דערמאנט אין משנה און גמרא, בשעת זיינע חבירים רבי אליעזר און רבי יהושע ווערן דערמאנט הונדערטע מאל, ווערט שוין אויפגעברענגט דורך חז"ל: "ומפני מה לא נתגדל שמו בחכמה"?[22]. און חז"ל דערציילן פארוואס דאס האט פאסירט צו דעם גרויסן חכם:
- ווען רבן יוחנן בן זכאי איז נפטר געווארן האט רבי אלעזר בן ערך געזאגט: "אלך אצל אשתי לדיומסית (אדער אמאוס), למקום יפה ומים יפים ונאים", אבער זיינע חברים האבן געזאגט: "לאמיר גיין קיין יבנה, צו א פלאץ וואס אסאך תלמידי חכמים האבן ליב די תורה". הוא שהלך לדיומסית למקום יפה ומים יפים ונאים, נתמעט שמו בתורה. הם שהלכו ליבנה למקום שתלמידי חכמים מרובים ואוהבים את התורה, נתגדל שמם בתורה[23].
אין מדרש רבה[24] ווערט דערציילט, אז ער האט געמיינט אז זיינע חברים וועלן קומען צו אים (וויבאלד ער איז געווען דער גרעסטער צווישן זיי), און ווען ער האט געזען אז זיי קומען נישט האט ער געוואלט גיין צו זיי, און זיין ווייב האט אים נישט געלאזט. זי האט אים געזאגט: "מי צריך למי?" און ער האט איר צוגעהערט, און איז זיך דארט געזעצן ביז ער האט פארגעסן זיין לערנען. ווען זיינע חברים האבן זיך אמאל נזדמן געווען ביי אים און אים געפרעגט א דבר הלכה האט ער נישט געוויסט צו ענטפערן. אין בבלי ווערט נאך דערציילט[25], אז ווען ער איז געקומען ליינען אין די תורה "הַחֹדֶש הזה לכם"[26], האט ער געליינט אנשטאט דעם "החרש היה לבם". די חכמים האבן געבעטן רחמים אויף אים און זיין לערנען האט זיך אים צוריקגעקערט.
דער גמרא ברענגט אויף דעם די משנה אין אבות[27]: רבי נהוראי אומר, "הוי גולה למקום תורה, ואל תאמר שהיא תבוא אחריך, שחבירך יקיימוה בידך. ואל בינתך אל תישען". דער גמרא ברענגט אז אז "רבי נהוראי" איז רבי אלעזר בן ערך, און פארוואס ווערט ער אנגערופן רבי נהוראי? ווייל ער לייכט אויף די אויגן פון חכמים אין הלכה. לויט דעם, האט רבי נהוראי געזאגט די ווערטער קעגן זיך אויף די מעשה וואס האט פאסירט צו אים, אז ער האט געווארט אז זיינע חברים זאלן קומען צו אים און ער האט צוגעהערט זיין פרוי און נישט געגאנגען צו זיי[28].
פטירה
רבי אלעזר בן ערך איז ווארשיינליך נפטר געווארן פאר זיינע איבריגע חברים, ווייל אינעם ברייתא[29] טרעפט מען אז רבי יהושע האט געזאגט פאר רבי עקיבא: "וואלסטו ווען געווען אין רבי אלעזר בן ערך'ס צייטן וואלסטו געענטפערט דעם תשובה"[30].
לויט ווי אנגענומען, איז רבי אלעזר בן ערך באערדיגט אין דארף עלמה (אין צפון ארץ ישראל), נאנט צום מקום קבורה פון עטליכע תלמידים פון רבן יוחנן בן זכאי; עס זענען אבער דא אנדערע מסורות[31]. לויט די מסורה איז זיין יארצייט ט"ו אייר.
אין שטאט דמשק איז געווען א בית כנסת, וואס איז חרוב געווארן פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק, וואס איז, לויט די מסורה, געבויט געווארן דורך רבי אלעזר בן ערך[32].
פארהאן וואס זאגן אז דער באקאנטער פייטן רבי אלעזר הקליר איז רבי אלעזר בן ערך[33]. אבער לויט פיל ראשונים איז רבי הקליר – רבי אלעזר דער זון פון רבי שמעון בר יוחאי[34].
דרויסנדע לינקס
- התנא רבי אלעזר בן ערך, מיי צדיק
- הֲחֵרֵש היה לִבָּם, מחלקי המים
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 משנה, אבות ב, ח
- ↑ רע"ב
- ↑ אבות דרבי נתן, פרק י"ד, הלכה ב'
- ↑ משלי ה, טז
- ↑ משנה, אבות ב, ט
- ↑ רד"ל
- ↑ אבות דרבי נתן, פרק י"ד, הלכה ו'
- ↑ תהלים א, ג
- ↑ מדרש שוחר טוב א אויף תהלים א, ג
- ↑ ספר הזוהר, חלק ב, דף ט"ז, עמוד א'; זוהר חדש, דף ל"ה, עמוד א'; ספר הזוהר, חלק א, דף קל"ט, עמוד ב'
- ↑ זוהר חדש, פרשת בראשית, דף י"א, עמוד ב'
- ↑ זוהר חדש, פרשת לך לך, דף ל"ב, עמוד א'
- ↑ בן יהוידע
- ↑ חגיגה יד, ב; תלמוד ירושלמי, מסכת חגיגה, פרק ב', הלכה א'
- ↑ משנה, אבות ב, יד
- ↑ ויקרא טו, יא
- ↑ חולין קו, א
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת חלה, פרק ג', הלכה א'; תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק ב', הלכה א'
- ↑ תהלים פב, ו
- ↑ פרקי דרבי אליעזר פרק מז
- ↑ ילקוט שמעוני, בראשית, רמז ע"ו; ילקוט שמעוני, תהלים, רמז תת"ו
- ↑ אבות דרבי נתן נוסח ב פרק כט
- ↑ אבות דרבי נתן, פרק י"ד
- ↑ קהלת רבה, פרשה ז', פסקה ט"ו
- ↑ שבת קמז, ב; זעט אויך ילקוט שמעוני, קהלת, רמז תתקע"ג
- ↑ שמות יב, ב
- ↑ משנה, אבות ד, יד
- ↑ זעט הקדמת הרד"ל צו פרקי דרבי אליעזר, קונטרס "שם האחד אליעזר"
- ↑ מוסטער:תוספתא לינק; זעט אויך תלמוד ירושלמי, מסכת נדרים, פרק י', הלכה ו'
- ↑ ספר יוחסין, תולדות תנאים ואמוראים
- ↑ זעט סדר הדורות
- ↑ זעט רשב"ץ, מגן אבות, אבות ב, ח; שו"ת המבי"ט חלק ג, צט
- ↑ זעט תשובות הרשב"א א, תסט
- ↑ זעט תוספות, חגיגה יג, א; רא"ש ברכות ה, כא