תשב"ץ קטן (אריגינעלער נאמען: תשב"ץ) איז א הלכה'דיגער חיבור פון רבי שמשון בן צדוק (געלעבט אין ענדע פון דער תקופת בעלי התוספות, אין 13'טער יארהונדערט), א תלמיד און גבאי פונעם מהר"ם מראטנבערג, וועלכער האט געשריבן און רעדאגירט דעם ספר פון די פסקים און הנהגות פון זיין רבי'ן, בשעת דער מהר"ם איז געווען איינגעשפארט אין טורמע. דער חיבור איז פון די באקאנטסטע ספרים פון די אשכנז'ישע פוסקים און ווערט אסאך געברענגט דורך די שפעטערדיגע פוסקים; עס דינט אויך אלס מקור פאר אסאך הלכות אין שולחן ערוך.

תשב"ץ קטן
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי שמשון בן צדוק
הוצאה
מקום הוצאה קרעמאנע
תאריך הוצאה ה'שט"ז
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ה'שט"ז
תאריך נאך אויסגאבעס לבוב ה'תרי"ח, ווארשא ה'תרל"ו, און נאך
מספר כרכים 1
תאריך מהדורה מוערת ווארשע ה'תרס"א, ירושלים ה'תשל"ד, מהדורת שניאורסון - ירושלים ה'תשס"ה, מהדורת מכון ירושלים - ירושלים ה'תשע"א
כתבי יד כתב יד ווארשע 7/258, כתב יד קעימברידזש 1/800, כתב יד פאריז 2/643, און נאך
פרשנים רבי משה בצלאל לוריא, רבי ירוחם פישל פערלא, און נאך

נאמען

אנדייטונגען צום נאמען פונעם ספר "תשב"ץ", ערשיינט שוין אינעם ספר אליין[1], און לויט עטליכע מאנוסקריפטן פונעם חיבור, איז דער נאמען גאר געגעבן געווארן דורכן מהר"ם זעלבסט[2]. דער מבי"ט ברענגט אז דער חיבור הייסט "תשב"ץ", ווייל עס איז ראשי תיבות "תשובת שמשון בן צדוק"[3]. עס ווערט גערופן "תשב"ץ קטן", כדי עס פונאנדערצושיידן פונעם "שו"ת תשב"ץ" פון רבי שמעון בן צמח דוראן.

מחבר

דער מחבר איז געווען א תלמיד מובהק פונעם מהר"ם מראטנבערג, אבער זיין פערזענליכע אידענטיטעט איז נישט קלאר. פארהאן וואס האבן געשריבן אז זיין נאמען איז "שמשון"[3][4], פארהאן וואס שרייבן אז זיין נאמען איז "שמואל"[5], און אנדערע שרייבן אז זיין נאמען איז "שמעון"[6]. דער נאמען "שמשון" איז די מערסטע פארשפרייט צווישן די ציטאטן אין די פוסקים און אזוי איז אויך מכריע דער חיד"א[7]. אין תשב"ץ קטן איז פארהאן א תשובה פונעם מהר"ם מראטנבערג, וואו ער דערמאנט עמיצן מיטן נאמען "חברנו הרב שמשון"[8], און עס זענען דא וואס אידענטיפיצירן אים אלס רבי שמשון בן צדוק, תלמיד פונעם מהר"ם און מחבר פונעם ספר[2].

רבי שמשון האט אויך פארפאסט - צוזאמען מיט אן אנדער תלמיד פונעם מהר"ם, רבי מאיר הכהן מראטנבערג, די הגהות מיינוניות אויף משנה תורה פונעם רמב"ם, א חיבור אין וועלכן עס ווערן אויסגעשמועסט די שיטות פון די חכמי אשכנז און בעלי התוספות אויף די באהאנדלטע נושאים. רבי שמשון איז נפטר געווארן אין ה'ע"ב[9].

הינטערגרונט

דער מהר"ם מראטנבערג האט פרובירט איבערצולאזן דייטשלאנד און ארויפגיין קיין ארץ ישראל און צוליב דעם איז ער איינגעזעצט געווארן דורך דער דייטשער אימפעריע – מיט דער האפענונג צו באקומען א גרויסע אויסלייז פון די אידישע געמיינדע פאר זיין באפרייאונג – אויפ'ן שולד פון פרובירן עמיגרירן, א זאך וואס איז געווען פארבאטן פאר אידן.

בשעת'ן וויילן אין טורמע איז פארבאטן געווארן אים צו קומען באזוכן, אבער ביי א געוויסע פונקט איז ערלויבט געווארן פאר זיין תלמיד רבי שמשון אים צו באזוכן אפט און וויילן ביי אים. רבי שמשון האט באדינט דער מהר"ם דארט אין טורמע[10] און האט דאקומענטירט דער מהר"ם'ס מנהגים און חידושי תורה. די הנהגות און הלכות וואס ער האט צאמגענומען ערשיינען אין ספר תשב"ץ. דער ספר אליין איז ווארשיינליך נישט אינגאנצן רעדאגירט געווארן דורך אים, ווייל ער אליין ווערט דערין דערמאנט.

געבוי און אינהאלט

דער חיבור אנטהאלט פסקים פונעם מהר"ם מראטנבערג אין פארשידענע נושאים, ווען אין רוב געדרוקטע אויסגאבן פונעם ספר שטייט די צאל סימנים ביי 590. אינעם אריגינעלן חיבור זענען געווען ווייניגער סימנים; די צוגעלייגטע שטאמען פון פארשידענע פלעצער. זיין שטארקע פארשפּרייטונג האט געברענגט דערצו אז אסאך האבן צוגעלייגט צו די שולי הגליון פארשידענע הגהות און הוספות, און דיע זענען צוגעלייגט געווארן צום חיבור דורך די פארשידענע מעתיקים. אזוי אויך די סדר הסימנים טוישט זיך צווישן די פילע מאנוסקריפּטן[11].

מערסטנס פסקים זענען געשריבן געווארן דורך רבי שמשון על סמך הנהגות וואס ער האט געזען אדער הלכות וואס ער האט געהערט פונעם מהר"ם, און טייל פון זיי זענען פסקים וואס זענען מנוסח געווארן דורך דער מהר"ם אליין. דער חיבור איז געשריבן געווארן אין דער תקופה וואס דער מהר"ם האט זיך אויפגעהאלטן אין טורמע אינעם קעניגליכן שלאס אין שטאט איינזיסהיים (ענ')[3][12].

אינעם ספר זענען פארהאן הוספות געשריבן דורך רבי פרץ מקורביל, בן דורו פונעם מהר"ם, וואס האט צוגעלייגט חילוקים צווישן די מנהג פון יהדות צרפת און יהדות אשכנז, און אויך הלכות אין וועלכע די מנהג איז נישט ווי דער מהר"ם. די הוספות געפונען זיך אינעם טעקסט פונעם חיבור, און זענען כאראקטעריזירט דורך די צוגאב פונעם ווארט "הג"ה" פאר זיי. דער ספר פארמאגט אויך פארשידענע שפעטערדיגע הוספות, וואס זייער מחבר'ס אידענטיפיקאציע איז נישט באקאנט.

איינע פון די באקאנטסטע מימרות פונעם מהר"ם מראטנבערג ווערט געברענגט אינעם ספר: ”כשהאדם גומר בדעתו לקדש השם, וימסור נפשו על קידוש השם, כל מה שעושין לו, הן סקילה, הן שריפה, הן קבורת חיים, הן תליה, אינו כואב לו כלום... ותדע שכן הוא, שאין לך אדם בעולם שאם היה נוגע באצבע קטנה באש שלא היה צועק; אפילו אם היה בדעתו לעכב עצמו, לא היה יכול. ורבים מוסרים עצמם לשרפה ולהריגה על קידוש השם יתברך, ואינם צועקים לא אוי ולא אבוי”[13].

פארשפרייטנוג

דער רעלאטיווער קליינקייט פונעם חיבור האט פארגרינגערט דאס צו קאפּירן, און האט גורם געווען זיין שטארקע פארשפּרייטונג אין יהדות אשכנז און אייראפעאישער אידנטום בכלל. ארום 120 קאפּיעס עקזיסטירן נאך היינט אין כתב יד.

דער חיבור ווערט דערמאנט ביי רבי מרדכי בן הלל (דער "מרדכי"), פון מהר"ם מראטנבערג'ס תלמידים[14], און לויט פארגלייכן ציטאטן זעט אויס אז דאס האט זיך געפונען אויך ביי אנדערע תלמידים פון מהר"ם מראטנבערג[2]. זיין פארשפרייטונג האט זיך אנגעהויבן באלד נאך זיין פארפאסונג, און עס ווערט אסאך דערמאנט אין די ווערטער פון גדולים פונעם דור נאך זיין פארפאסונג, ווי אין ספר כלבו און אורחות חיים (מר"א מלוניל) וואס ציטירן אסאך פון עס. אויך ביי רבי יעקב בן אשר, אין זיין ספר ארבעה טורים, ווערט עס דערמאנט עטליכע מאל[15].

אויפלאגעס

דער ספר תשב"ץ קטן איז געווארן קאפירט אין כתב יד פילע מאל, צווישן זיי כתב יד ווארשע 7/258, כתב יד קעימברידזש 1/800, כתב יד פאריז 2/643, און נאך[16]. אויך איז עס געדרוקט געווארן אסאך מאל און אין פארשידענע אויסגאבן:

  • מהדורת קרימונא, איטאליע שט"ז – דער ערשטער דרוק אויפלאגע פונעם חיבור, געדרוקט געווארן ארום 250 יאר נאכ'ן געשריבן ווערן, אינעם וויצינצו קונטי דרוק. פון די מהדורה און ווייטער האט דער ספר אנטהאלטן 590 סימנים.
  • מהדורת (קאפוסט?) תקע"ו – באזירט אויפ'ן קרימונא אויפלאגע, מיט לייכטע הגהות. געדרוקט לכאורה אין קאפוסט[17].
  • מהדורת לבוב תרי"ח – געדריקט ביי דוד צבי שרענצל.
  • מהדורת ווארשא תרל"ו – געדריקט ביי יעקב יוסף קאלינבערג און יצחק גאלדמאן. אין די אויפלאגע זענען צענזורירט געווארן פונעם ספר די סימנים תט"ז (תי"ו) און תי"ז. אזוי אויך די סימנים תקי"ב און תקי"ג זענען צוזאמגעשטעלט געווארן פאר איין סימן (תק"י). כדי צו משלים זיין די צאל סימנים צו 590, ווי אין די פריערדיגע אויסגאבן, זענען די סימנים תקפ"ג און תקפ"ד צעטיילט געווארן אויף פינף (תק"פ–תקפ"ד). די און אנדערע אינטערווענצן האבן פאראורזאכט דאס פארדרייען די ציילונג פון סימנים אינעם ספר, בסימנים שבתווך. די גרייזיגע סימנים האבן אנגעהאלטן אויך אין די קומענדיגע מהדורות. אין מהדורת ווארשע גם לא השוו מול המהדורות הראשונות, והמהדירים הכניסו שינויים בספר לפי ראות עיניהם, לשם "תיקון הטעיות". בשנים שלאחר מכן הודפסה מהדורה נוספת זהה באותה הוצאה, ובהמשך – בשנת תרמ"ב – הודפסה בוורשה עוד מהדורה המתבססת על מהדורת תרל"ו (לא ידוע בית הדפוס).
  • מהדורת לעווין-עפשטיין, ווארשא תרס"ב – באזירט אויפ'ן ווארשא תרל"ו אויפלאגע. מהדורה נוספת יצאה על ידי לוין-אפשטיין בוורשה בשנת תר"פ, שהתבססה על קודמתה משנת תרס"ב. על בסיס מהדורה זו האחרונה יצאה מהדורה שלישית בהוצאת לוין-אפשטיין, בירושלים תשי"א.

שפעטער זענען געדריקט געווארן נאך אויפלאגן, וואס אנטהאלטן אפט פירושים אדער הערות:

  • מהדורת ווארשא תרס"א – אנטהאלט פירוש "שבעת הנרות" פון רבי משה בצלאל לוריא. געדרוקט דורך יעקב זאב אונטערהענדלער.
  • מהדורת ירושלים תשל"ד – פאטאגראף אויסגאבע פון מהדורת ווארשא תרס"א מיט'ן פירוש שבעת הנרות, אין צוגאב פון עטליכע השמטות והוספות, הערות רבי ירוחם פישל פערלא, און הערות וביאורים (בסוף הכרך הודפס נספח של קונטרס בעניין אחר)
  • מהדורת מכון תורה שבכתב, ירושלים תשס"ה, אין צוגאב פון א מבוא און הערות, געדרוקט געווארן לויט'ן טעקסט פון א כתב יד וואס איז געווען ביי מהר"י מינץ און דער בית יוסף, און מעגליך אז דער טעקסט האט זיך אויך געפונען ביים מהרש"ל. דער מהדורה אנטהאלט אויך די הערות פון ר"י פערלא. אין דעם מהדורה ערשיינט נייע סימנים וואס זענען נישט פונעם מהר"ם, נאר א ליקוט פון ווערטער פונעם ראבי"ה[18].
  • מהדורת מכון ירושלים - ירושלים תשע"א, בתוספת מבוא, הערות, מקבילות (מדברי הראשונים בני אותה התקופה, ובעיקר מבית מדרשו של המהר"ם) והשלמות, עם מפתח עניינים. מהדורה זו מבוססת על הדפוס הראשון (קרמונה שט"ז), עם מדור "שינויי נוסחאות" להשוואה מול מספר כתבי יד[19].
  • מהדורת ירושלים תשע"ה - פאטאגראף אויפלאגע פון מהדורת ווארשא תרס"א ע"פ שבעת הנרות, בתוספת הערות סוף פונעם ספר דורך הרב שמריהו שולמאן און הרב חיים שולמאן

זעט אויך

ביבליאגראפיע

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. זע אין סי' צ' וסי' של"ח.
  2. 2.0 2.1 2.2
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", אין תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, זייט 10.
  3. 3.0 3.1 3.2 רבי משה מטראני, שו"ת המבי"ט, חלק א', סימן ר"צ, פון א "כתיבה גסה אשכנזית" ביי דער ענדע פון א העתק פונעם תשב"ץ קטן.
  4. רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז, בשם א העתק פון א כתב יד פונעם תשב"ץ און בשם רבי אברהם זכות אין זיין ספר יוחסין השלם.
  5. זעט: שער מהדורת הספר תשב"ץ קטן, קרמונה שט"ז; רבי משה מאט, מטה משה, סימן ר"ע; רבי דוד קונפורטי, קורא הדורות, דף כ"ד.
  6. הוספות פון דער רמ"א צום ספר יוחסין השלם, ביים ענדע ספר.
  7. החיד"א, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז.
  8. תשב"ץ קטן, סי' ת'

  9. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אברהם זכות, ספר יוחסין
  10. הג"ה מנחם ציון על שם הגדולים חלק ב, מערכת ת', הערה עט

  11. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", אין תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 12.
  12. החיד"א, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז; און נאך. דער דעטאל ערשיינט אויך אויפ'ן דעקל פון מהדורת לבוב תרי"ח. אבער ערשיינט נישט אין אלע מאנוסקריפט קאפיעס פונעם חיבור, און אויך אינעם ערשטן מהדורה (קרמונה שט"ז).
  13. רבי שמשון בן צדוק, תשב"ץ קטן, סי' תט"ו, בשם מהר"ם מראטנבערג.
  14. זעט: רבי מרדכי בן הלל, מרדכי, ברכות, סי' קצ"ב וקצ"ה; שם, שבת, סי' תע"ג; שם, חולין, סי' תשמ"ו ותשמ"ז. און זעט דארט, חולין, סי' תשמ"ה, אז אויך די הגהות רבי פרץ מקורביל על התשב"ץ קטן ווערן דערמאנט אין מרדכי.
  15. זעט לדוגמא: טור, אורח חיים, סימן ק"פ,
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:טור

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:טור) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".טור, אורח חיים, סימן ר"ג און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:טור

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:טור) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".טור, אורח חיים, סימן ר"פ.
  16. פאר א ליסטע פון נאך כתבי יד זעט:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 13–14. סך הכל געפינט זיך ארום 120 כתבי יד.
  17. זעט פרטים, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית

  18. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 11
  19. על כך, ועוד, ראו:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 13–15.


קאַטעגאָריע:תלמידי המהר"ם מראטנבערג קאַטעגאָריע:הלכה ספרים: ראשונים