רבי משה בן מיימון

רבי משה בן מיימון, באקאנט מיט די ראשי תיבות רַמְבַּ"ם, (י"ד ניסן ד'תתצ"ח - כ' טבת ד'תתקס"ה) איז געווען פון די גדולי הפוסקים פון אלע דורות, פון די חשובע פילאזאפן פונעם מיטל־אלטער, און א דאקטער.

זיין געבורט

רבי משה בן מיימון איז געבוירן געווארן שבת ערב פסח, ד'תתצ"ח (1138), אין דער שטאט קארדאבע (אין היינטיקער שפּאַניע).

זיין פאטער האט געהייסן מיימון בן יוסף, און איז געווען א דיין און אויך א גרויסער חכם ביי אידן.

לעבנסגעשיכטע

אין ד'תתק"ח האט די משפחה פארלאזט קארדאבע צוליב די אינוואזיע פון די אלמאהאדן. אין ד'תתק"כ איז דער רמב"ם אנטלאפן פון ספרד קיין פאס אין מאראקא, ווייל מען האט אים פאר'מסר'ט פארן קעניג. אין ד'תתקכ"ה האבן זיי זיך געצויגן קיין עכו אבער נאך פינעף חדשים האבן זיי זיך באזעצט אין פאסטאט, מצרים. דער מלך פון מצרים האט אים גענומען פאר זיין פערזענליכן דאקטער.

לויט דער הלכה טאר נישט א גרויסער טייל אידן זיך באזעצן אין מצרים עס איז דא א לאו דערויף, דער רמב"ם האט אבער נישט געהאט קיין ברירה וויבאלד ער האט געמוזט אהין אנטלויפן פאר זיין לעבן, אזוי ווי דער קעניג האט אים גענומען פאר א דאקטער דארט, האט ער שוין נישט געקענט פון דארט אוועקגיין, ער פלעגט זיך אונטערשרייבן הכותב העובר בכל יום ג' לאוין. זיין היתר איז געווען אזוי ווי די גמרא פארציילט אויף אבטולמס בן ראובן [1] איינמאל ווען ער איז געפארן אויפן ים מיט זיין משפחה איז געווען א שטורעם ווינט ער איז שיער דערטרונקען געווארן, האט דער רמב"ם געמאכט א נדר אויב ער וועט ניצול ווערן וועט ער יעדן יאר פאסטן דעם טאג, ווען ער איז ניצול געווארן און אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער גאמאכט א נדר אז די צוויי טאג וואס ער איז אנגעקומען וועט ער מאכן א יום טוב ושמחה, אזוי פלעגט ער זיך פירן [2]

זיין קלוגשאפט

דער רמב"ם איז געווען פון די גרעסטע געלערנטע און קלוגע לייט, א אידישער הארץ דאקטער אין רפואה, פילאָסאָף, און תלמיד חכם. זיינע ספרים און ביכער זענען אנגענומען איבעראל, סיי צווישן אידן און סיי צווישן גוים.

עס איז דא א תפלות הרופא מיוחס צום רמב"ם, אנדערע זאגן אז קומט נישט פון אים.

דער רמב"ם איז געווען א גרויסער שרייבער, ביי אידן איז אנגענומען אז פון זיינע ווערטער קען מען אסאך לערנען אפילו דאס וואס מען זעט נישט ארויס, ווייל צוליב זיין גרויס חכמה איז דארט באהאלטן אסאך, פארהאן הונדערטער און טויזנעטר ספרים וואס וועלן ארויס לערנען פון א ווארט פון רמב"ם גאנצע הלכות, עס ווערט אנגערופן לשונו הזהב דאס גאלדענע לשון. דאס איז אבער געזאגט געווארן בלויז אויף די ספרים וואס ער זעלבסט האט געשריבן אויף לשון הקודש ווי דער ספר הי"ד, אנדערש איז אבער די פירוש המשניות און מורה נבוכים וואס ער האט עס געשריבן אויף אנדערע לשונות, און דאס וואס מיר האבן איז נישט דער לשון פון רמב"ם.

זיינע ספרים

משנה תורה

די הויפט ווערק פונעם רמב"ם איז זיין משנה תורה (אויך באקאנט ווי "יד החזקה"): דאס ספר האט האט 14 חלקים, דעריבער הייסט עס אויך י"ד החזקה, י"ד איז גימטריא פערצן.

אין דער הקדמה פון פירוש המשניות שרייבט ער אז ווען איימעצער לערנט תורה שבכתב, און שפעטער זיין חיבור - דארף ער נישט אנקומען צו אנדערע חיבורים. דער ספר היד האט ער אנגעהויבן שרייבען ווערן ער איז געווען צוועלף יאר נאכן ספר פירוש המשניות ספר היוחסין, עס האט אים עס געדוירט צו שרייבן אסאך יארן טייל ווילן זאגן פינעף יאר. אבער עס ווערט פארציילט [3] אז דער מלך האט אים זייער דערהויבן צוליב זיין חכמה און די אנדערע גרויסע שרים האבן אים מקנא געווען און אנגערדט לשון הרע פארן מלך, דער רמב"ם האט זיך אויף א וואונדערליכן אויפן ארויסגעדרייט פון ווערן גע'הרג'ט, ער איז אנטלויפן אין א הייל ווי ער איז געזעסן במנוחה און האט דארט געשריבן זיין וואונדליכן ספר משנה תורה. אין די תשובות הרמב"ם וואס ער שרייבט צו ר' יהונתן הכהן שרייבט דער רמב"ם אז ער האט עס געשריבן אין צען יאר.

דער סדר פון רמב"ם ער האט געשריבן און איבערגעשריבן אסאך מאל, יעדעס מאל איז עס געשריבן אויף א צווייטן אופן, ווייל ער האט מחליט געווען אז מען קען עס שרייבן קורצער, אדערער קלאהרער.[4] דעריבער טרעפט מען אסאך כתבי ידות פון רמב"ם מיט שינוי נוסחאות און עס איז שווער מחליט צו זיין וואס איז דער לעצטע נוסח.

עס איז דא אסאך מפורשים און ספרים אויפן רמב"ם, אזוי ווי זיין לשון איז זייער פליסיג און עס ליגט דערין אלע הלכות, זענען געווען אסאך ראשונים וואס האבן געהאלטן אז מען מוז צו זייכענען אויפן רמב"ם וואס דער הלכה איז אזוי און וואס נישט, ווייל אויב נישט וועט מען אנעמען דער רייד פונעם רמב"ם אלעס דאס לעצטע ווארט אין די הלכה, דעריבער געקומען דער ראב"ד און צוגעצייכנט אלע מאל ווי ער איז מחולק. דער ראב"ד איז שטענדיג מחולק מיטן רמב"ם, צומאל שרייבט ער שארפע לשונות אויף אים, ער נעמט אן בדרך כלל ווי רבני אשכנז. דער רמב"ם איז געקומען פון ספרד נעמט ער אן בדרך כלל ווי רבני ספרד. און דער הקדמה פונעם רמב"ם צייכנט דער ראב"ד אז דער רמב"ם האט נישט גוט געטוען דערמיט וואס ער צייכנט נישט אהן קיין מקורות. אבער דאך שרייבט ער אויפן רמב"ם [5] א גרויסע מלאכה האט דער רמב"ם געטון ער האט צוזאמען גענומען פון גמרא בבלי ירושלמי תוספות. דער רמ"ע מפאנו [6] שרייבט מען זאל נישט מיינען אז דער ראב"ד האט געמיינט קליין צו מאכן דעם כבוד פונעם רמב"ם, ער האט געקריגט מיט אים כדי מען זאל נישט אפ'פסק'נן אינגאנצען ווי דער רמב"ם, און אויך כדי מען זאל זיך נישט נאכשלעפן אנצונעמען אלעס וואס שטייט אין ספר המורה.

  • מגדל עוז, דאס ספר איז דער ערשטער וואס צייכנט אן די מראה מקומות פון ווי אין תלמוד אדער מדרשים דער רמב"ם נעמט זיינע הלכות, ער נעמט זיך אייביג אן אויפן רמב"ם און צייגט אויף אז דער רמב"ם איז גערעכט. ער שרייבט אויך אז דער רמב"ם האט געקענט סודות התורה אין קבלה [7]
  • מגיד משנה, כסף משנה, משנה למלך, לחם משנה, שער המלך

דער בעסטער דרוק רמב"ם וואס איז ביז לעצטענ'ס ערשינען איז באקאנט אין די תורה וועלט אלס שבתי פרענקל'ס רמב"ם. ער האט געמאכט א ריזן ווערק, קודם האט ער נייע געזעצט, מיט שיינע אותיות, דערנאך ברענגט ער אלע שינוי נוסחאות פון אלע דרוקן, ועל כולם האט ער צוגעצייכנט יעדער דין און הלכה אין רמב"ם ווי עס ווערט דיסקוסט אין אנדערע ספרים, שו"ת, פוסקים, ספרי דרוש הלכה ואגדה, פלפול. דער רמב"ם פון שבתי פרענקל גייט נישט אראפ פון די טיש פון לומדים, אגב דער לעצטער באנד דערפון איז ארויס געקומען לערך אדר תשס"ז, וואס דערמיט איז געווארן פארפולקאמט.

אנדערע ספרים

פירוש המשניות: אן ערקלערונג אויף די ששה סדר משנה. ביי די 23 יאר האט ער איר אנגעהויבן צו שרייבן און עס געענדיגט ביין די דרייסיג יאר.

מורה נבוכים א פילאזאפיש ספר, געשריבן אויף אראביש מיט עברישע אותיות און פארטייטשט אויף לשון-קודש דורך שמואל איבן תיבון אין יאר ד'תתקס"ד.

ספר המצות דער רמב"ם האט מסדר געווען די תרי"ג מצות אויף זיין אייגענארטיגן סדר, ער איז אין דעם ספר פונקטליך מברר וואס ער האלט עס גייט אריין אין דעם חשבון פון תרי"ג און וואס ער איז א דרבנן אבער א אסמכתא, ער קריגט אסאך מיט דעם סדר פון רבי סעדיה גאון, אזוי האט אויך אנגענומען שפעטער דער ספר החינוך חוץ מיט מצוה ק"ג וואס דער חינוך איז משנה, אבער דער רמב"ן און אנדערע קריגן אויפן רמב"ם איז פארענטפערן רבינו סעדיה גאון.

  • אין דער הקדמה פון פירוש המשניות שטייט אז ער האט געמאכט ספרים אויף דריי סדרים פון ש"ס, אין פי' המשניות פרק חלק שרייבט ער ער האט מסביר געווען די מדרשים און די ספרי הנביאים. אין פי' המשניות מסכת תמיד שרייבט ער אז ער האט געמאכט חיבורים אויף ירושלמי.
  • תשובות הרמב"ם, ספר תמים דעים

זיין גרויסע פערזענליכקייט

דער רמב"ן קריגט אויפן רמב"ם ספעציעל אין ספר המצות, אבער ווען עס האט אויסגעבראכן די מחלוקה אויף אים און מען האט מחרים געווען יעדער וואס לערנט דעם ספר מורה נבוכים האט זיך דער רמב"ן זייער אנגענומען אויף אים.

ער שרייבט אויף אים איך בין מעיד הימל אין ערד איז האב געהערט פון אמת'ע מענשטן אז אין גאנץ תימן זענען דא אסאך קהילות וואס זענען עוסק בתורה ובמצות לשמה, זיי דערמאנען ביי קדיש בחייכון וביומיכון ובחיי דרבנן משה בן מימון, ער האט זיי דערלויכטן די תרוה און זיי געשטעלט אין א ליכטיג ווינקעל, ער האט זיך אנגענומען פאר זיי ביי די מלכות, ער האט מבטל געווען די שווערע טעקסעס וואס די רעגירונג האט אויף זיי געלייגט,[8] מיר האבן מקובל אז גאנצע מצרים, ארם נהרים סוריא ארם צובה פרס תימן אלע האבן זיך אונטערגענומען זיך צו פרין לויטן חיבור פונעם רמב"ם, דער רמב"ם האט פאר זיי אלע אויסגעלערנט תורה, ווען דער רמב"ם איז געקומען קיין מצרים איז רוב מענשטן דארט קעווען קראים, ער האט דארט איינגעפירט שטארקע תקנות, ביז זיי זענען געווארן תורה אידן [9]

די מחלוקת אויף אים און אויף זיינע ספרים

אין פראנקרייך האבן די רבנים ארויסגעגעבן א חרם אז מען טאר נישט קוקן אין ספר מורה נבוכים, אויך נישט אין די ערשטע פרקים פון ספר המדע וואס דער רמב"ם זאגט אז דארט שטייט מעשה מרכבה ומעשה בראשית, עס איז געדרוקט באריכות אין ספר מנחת קנאות, בראש ר' שם טוב און דער רשב"א. אבער דער רמב"ן האט זיך זייער אנגענומען און געבעטן מען זאל אראפ נעמען די חרם.

זיין הסתלקות און זיין זון

דער רמב"ם איז נפטר געווארן כ' טבת ד'תתקס"ד (1204), מצרים. זיין גוף איז ארויפגעפירט געווארן קיין ארץ ישראל אויף א וואונדערליכן אופן אין ליגט אין טבריה.

זיין זון איז אויך געווען פון די גדולי הדור רבי אברהם בן הרמב"ם, וואס האט פארפאסט דאס ספר המספיק לעובדי ה'

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. כפתור ופרח פ"ה ע' 12
  2. ספר חרדים פס"ה
  3. שלשלת הקבלה
  4. (מגדל עוז הל' סנהדרין פ"ב),
  5. הל' כלאים פ"י
  6. שו"ת סי' ק"ח
  7. הל' יסודי התורה פ"א
  8. כתבי רמב"ן ע' שמ"א
  9. שם הגדולים רמב"ם


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!