רוי:רבי שלום דוד אונגער

ווערסיע פון 14:53, 23 יולי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ר"ך" ב־"ר"כ")

רבי שלום דוד אונגאר זצ"ל (ה'תר"כב' דראש חודש אלול ה'תרפ"ג), רב אין זשאבנא.

אפשטאם

רבי שלום דוד איז געבוירן און יאר ה'תר"כ, צו זיין פאטער הרב יעקב יצחק אונגאר א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, וואס ער איז געווען א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, וואס ער איז געווען א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, וואס ער איז געווען א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, וואס ער איז געווען א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.

רבנות

רבי שלום דוד איז אויסגעשטיגען ביי זיין שווער פאר איינע פון די אנגעזעהנע גדולים אין גאליציע, ער אליין האט דאס שטענדיג געפריווט צו פארשטעקן, ווען ער האט געדריקט זיין זיידען'ס תשובות אמרי נועם, אדער זיינע תשובות יד שלום האט ער זיי געדריקט אהנע צו פארמעלדן זיין נאמען.

רבי שלום דוד איז געווען רב אין ראקאוו, פוילן, אין יאר ה'תרנ"ב נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געווארן רב אין זשאבנא אויף זיין פאטער'ס ארט. אין יאר ה'תרע"ד איז ער אנטלאפן קיין וויען, ווען ער איז צוריק געקומען קיין גאליציע אין יאר ה'תרע"ט האט ער זיך באזעצט אין טארנא.

הסתלקות

רבי שלום דוד איז נפטר געווארן אין וויען ב' דראש חודש אלול ה'תרפ"ג.

פאמיליע

רבי שלום דוד האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מנחם מענדל שפירא, רב אין לאנצהוט. ער האט איר גע'גט וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת בלומה חנה א טאכטער פון הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו, א זון פון רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון דעם ראפשיצער רב. זייערע קינדער:

  • מרת גיטל יהודית, די ווייב פון הרב יוסף האלפרין פון ריישא, א זון פון הרב יואל האלפרין פון ברעזאן.

זיינע ספרים

  • שו"ת יד שלום

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!