רוי:רבי מנחם מענדל אייכנשטיין

ווערסיע פון 14:51, 23 יולי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ר"ך" ב־"ר"כ")

רבי מנחם מענדל אייכנשטיין זצ"ל (ה'ת"ר - י"א אדר ה'תרס"א), רבי אין זידיטשוב.

אפשטאם

רבי מענדל איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), דער פינפטער זון צו זיין פאטער, רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.

ווען רבי מענדל איז געבוירן איז רבי מענדעלע פון רימאנאוו געקומען צו זיין פאטער אין חלום אין אים געזאגט, ער זאל א נאמען געבען זיין קינד נאך אים, ווייל ער דארף צוריק אראפקומען אויף דער וועלט פארעכטען דעם "חוטם".

רבנות

רבי מענדל איז געווען א גרויסער גאון מיט אן אויסערגעווענלכן זכרון, ווען זיין פאטער איז אלט געווארן האט רבי מענדל אויסגעפירט די דברי תורה.

נאך זיין חתונה איז רבי מענדל געווען רב אין מיקאלייעוו, פון יאר ה'תרמ"ד איז ער געווען רב אין זידיטשוב.

הסתלקות

רבי מענדל איז נפטר געווארן י"א אדר ה'תרס"א.

פאמיליע

רבי מענדל האט געהייראט מרת פריע א טאכטער פון רבי חיים אברהם רעדליך פון מיקאלייעוו, אן איידעם פון רבי מאיר פון פרעמישלאן. זייערע קינדער:

  • רבי אברהם חיים אייכנשטיין (ה'תר"כ (אומגעפער) - ה'תרס"ט), פון זידיטשוב.
  • מרת רבקה, די ווייב פון רבי דוד מארילעס, פון יעראסלאוו.

זיינע ספרים

  • אדם וחוה ותולדותיהם

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר