רוי:רבי נתן דוד ראבינאוויטש (פארצעוו)
געבורט | ה'תרכ"ו |
---|---|
טויט | ז' שבט ה'תר"צ (אלט: 64 בערך) |
טעטיקייט ארט | פארצעוו |
רבי נתן דוד ראבינאוויטש פון פארצעוו (ה'תרכ"ו, 1866 - ז' שבט ה'תר"צ, 1930) איז געווען א רבי פון חסידים וואס האט געפירט זיין הויף אינעם שטעטל פארצעוו. דאס חסידות איז געווען א צווייג פונעם ביאלער חסידות. רבי נתן דוד איז געווען א בן אחר בן, דער פינפטער פונעם ייד הקדוש פון פרשיסחא.
ער איז געווען א שטארקער קעגנער פון ציוניזם.[1]
ער איז געווען א גביר, און פון זיין צוואה (וואס מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל אין תר"צ) ווייזט אויס אז ער האט איבערגעלאזט א הון רב אין זיין ירושה. ער פלעג ארויסגעבן א סך געלט כדי מקיים זיין מצוות מיט גרויס הידור.
זיינע קינדער
- אסתר גאלדא, ווייב פון רבי אברהם יעקב שפירא (ה'תרמ"ד - כ"ד אדר ב' ה'תשכ"ב) פון דראהביטש
- פייגא, ווייב פון רבי אהרן פערלאוו פון סטאלין-ווארשע
- רבי משה יחיאל אלימלך ראבינאוויטש פון לעבערטוב, זיין ממלא מקום
- רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש פון מונקאטש
- רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש
- חוה, ווייב פון רבי ירחמיאל ישראל יוסף דאנציגער, זון פון רבי יצחק מענדל פון אלעקסאנדער
- דבורה, ווייב פון רבי יעקב לאנדוי
- רבי יודא לייב ראבינאוויטש
- רב אלעזר בצלאל יוסף ראבינאוויטש
- פעסקא, ווייב פון רבי וואלף פרידמאן
רעפערענצן
- ↑ פייקאזש, ההנהגה החסידית - סמכות ואמונת צדיקים, באספקלריית ספרותה של החסידות.
פריערדיגער: רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש |
רביס פון פרשיסכער גזע | נאָכפאלגער: רבי משה יחיאל ראבינאוויטש |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!