רבי פַּרְנָךְ איז געווען אן אמורא אינעם דריטן דור פון ארץ-ישראל'דיגער אמוראים, א תלמיד פון רבי יוחנן.

פערזענליכקייט

עס זענען נישט באקאנט קיינע ביאגראפישע דעטאלן איבער רבי פרנך. ער ווערט בעיקר דערמאנט אין תלמוד בבלי, און אלץ זאגט ער דארט נאך מימרות אין נאמען פון רבי יוחנן, ווארשיינליך זיין רבי. אין תלמוד ירושלמי זאגט ער נאך א מימרא פון רב, און אויך א מימרא אין נאמען פון רבי חנינא.

זיין זון חזקיה איז אויך געווען אן אמורא, און סוף מסכת ברכות ווערט געברענגט פון אים א מימרא בשם רבי יוחנן[1].

מימרות

רבי פרנך האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן עטליכע הלכות און אויך אגדתא מימרות. צוויי מאל אין ש"ס ווערט געברענגט זיין מימרא בשם רבי יוחנן ”האוחז ספר תורה ערום נקבר ערום”[2] - דער וואס כאפט אן א ספר תורה "נאקעט", אן די מענטעלע, ווערט באגראבן "נאקעט", דאס הייסט אן די מצוה וואס ער האט דאן געטון מיט דער ספר תורה. דערפון ווערט גע'פסק'נט אין הלכה אז מ'טאר נישט אנכאפן קיין ספר תורה אן קיין מענטעלע[3]. אויך ווערט צוויי מאל געברענגט אין גמרא זיין הלכה בשם רבי יוחנן אז די שדרה פונעם לולב דארף זיין א טפח העכער פונעם הדס[4].

אין תלמוד ירושלמי ווערט געברענגט אן אנדער מימרא איבערן הייעך פונעם לולב, און אויך איבערן הייעך פונעם אזוב צו רייניגן א מצורע, אדער צו רייניגן א טמא מת - וואס רבי פרנך האט נאכגעזאגט פון רב מתנה, אין נאמען פון רבי יוסף בריה דרב מנשיא, אין נאמען פון רב[5].

נאך א מימרא זאגט ער נאך פון רבי יוחנן אז אין יאר פונעם "חנוכת המקדש" ביים ערשטן בית המקדש, האבן די אידן נישט געפאסט יום כיפור[6]. באקאנט איז דער מאמר וואס ער האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן:

כל שהוא תלמיד חכם ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם, שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם.

"יעדער וואס איז א תלמיד חכם, און זיין זון איז א תלמיד חכם, און זיין זונ'ס זון איז א תלמיד חכם, וועט די תורה זיך מער קיינמאל אפהאקן פון זיינע דורות."

אין מדרש ווערן עטליכע מאל געברענגט מאמרים וואס ער האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן[7]. איינמאל ברענגט דער מדרש אן ערקלערונג אויף א פסוק אין ספר הושע, וואס רבי פרנך האט נאכגעזאגט צוזאמען מיט רבי ברכיה און רבי חלבו, אין נאמען פון רבי יוחנן[8]. אין ירושלמי זאגט ער נאך בשם רבי חנינא, אז "הלל הגדולה" איז קאפיטל קל"ו אין תהילים[9].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ברכות סג, א

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".שבת יד, א און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגילה לב, א
  3. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן קמ"ז, סעיף א'

  4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".סוכה לב, ב און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".נדה כו, א
  5. תלמוד ירושלמי, מסכת סוכה, פרק ג', הלכה א', לויט ווי ערקלערט אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    פירוש אור לישרים
  6. מועד קטן ט, א
  7. מדרש תנחומא פרשת ראה פיסקא ח', און מדרש תנחומא פרשת שופטים פיסקא י"ז
  8. בראשית רבה, פרשה נ"ג, פסקה י'
  9. תלמוד ירושלמי, מסכת פסחים, פרק ה', הלכה ז' און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ירושלמי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".תלמוד ירושלמי, מסכת תענית, פרק ג', הלכה י"א