סיון
סיון איז דער ניינטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער דריטער חודש ציילנדיג פון ניסן.
חודש סיון פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן מאי-יוני אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, ביי די ענדע פון סעזאן פון פרילינג אין דעם צפון האלבקיילעך און פון הערבסט אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש כסלו אין צפון האלבקיילעך).
אין דער לוח
אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז סיון אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש חסר", מיט 29 טעג, און ראש חודש סיון באשטייט דעריבער פון איין טאג, א' סיון[1]. חודש סיון קען זיך אנהייבן אין א זונטאג, דינסטאג, מיטוואך אדער פרייטאג[2].
נאמען
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השלישי"[3]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "סיון" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש Simānu וואס באדייט א באצייכנטע צייט, ווען די פרוכטן אויף די ביימער ווערן רייף אדער ווען דער וועטער איז געאייגנט צו מאכן ציגל[4]. אנדערע שפעקולירן אז עס נעמט זיך פון דעם טערמין "סיוונו", מיטן אפטייטש "ווען דער זון פלאמט אויף"[מקור פארלאנגט]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[5], און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: ”בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁלִישִׁי הוּא-חֹדֶשׁ סִיוָן” (אסתר ח, ט).
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ שמות יט, א
- ↑ W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'