יאנואר

ווערסיע פון 21:27, 20 יוני 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{לוח שנה|{{בלאטנאמען}}}} '''יאנואר''' איז דער ערשטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן, און דער ערשטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג. עס ה...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

►► ◄◄ יאנואר

א ב ג ד ה ו ש
1 2 3 4 5 6
7 8 9 10 11 12 13
14 15 16 17 18 19 20
21 22 23 24 25 26 27
28 29 30 31
קאלענדאר פאר 2024

יאנואר איז דער ערשטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן, און דער ערשטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי דער פאריגער מאי; אין געווענליכע (נישט עיבור) יארן איז עס אויך דער טאג אין וואך ווען דער קומענדיגער אקטאבער וועט זיך אנהייבן, און אין עיבור יארן איז עס דער טאג אין וואך ווען די קומענדיגע אפריל און יולי וועלן זיך אנהייבן.

אין דורכשניט, איז עס דער קילסטער מאנאט אין רוב פון דער צפון האלבקיילעך, וואו עס איז דער צווייטער מאנאט פון ווינטער, און דער ווארעמסטער מאנאט אין דער דרום האלבקיילעך, וואו עס איז דער צווייטער מאנאט פון זומער און איז גלייך צו יולי אין דער צפון האלבקיילעך.

אין אסטראלאגיע, פארברענגט דער זון רוב פון דעם מאנאט אין מזל גדי, ווען אין די לעצטע וואך רוקט זיך עס אריבער צו מזל דלי[א].

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[1].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען