►► ◄◄ דעצעמבער

א ב ג ד ה ו ש
1 2 3 4 5 6 7
8 9 10 11 12 13 14
15 16 17 18 19 20 21
22 23 24 25 26 27 28
29 30 31
קאלענדאר פאר 2024

דעצעמבער איז דער צוועלפטער און לעצטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער לעצטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג. עס הייבט זיך אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי סעפטעמבער.

דורכאויס דעם מאנאט, אין 21 דעצעמבער, קומט פאר אין דער צפון האלבקיילעך דער ווינטער ווענדפונקט (עב') - דער טאג מיט די ווייניגסטע ליכט-שעה'ן, וואס קען אויך באצייכנט ווערן אלס דער אסטראנאמישער תקופת טבת. אין דער דרום האלבקיילעך איז דאן דער זומער ווענדפונקט, זייענדיג גלייך צו יוני אין דער צפון האלבקיילעך. דער מעטעאראלאגישער ווינטער אין צפון ווערט טראדיציאנאל גערעכנט שוין פון ערשטן טאג אין דעם מאנאט, און אזוי דער מעטעאראלאגישער זומער אין דרום[1].

אין אסטראלאגיע, רוקט זיך דער זון אריבער אין דעם מאנאט פון מזל קשת צו מזל גדי[א].

היסטאריע

 
רוימישע וואנט-קאלענדאר פון 84-55 בעפאר ציווילע רעכענונג, צייגנדיג "DEC" אלס דער צוועלפטער מאנאט מיט 29 טעג ("XXIX" אין רוימישע צאל)

דער נאמען דעצעמבער איז פון לאטייניש decem, צען. די רוימער האבן עס אזוי גערופן ווען עס איז געווען דער צענטער מאנאט אין א קאלענדער וואס האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר, אנגעהויבן מיט מארטיוס. דעצעמבער, וואס האט דאן נאר פארמאגט 29 טעג, איז געקומען נאך November. נאך דעצעמבער איז געווען א צייט-אפשניט פון ארום צוויי מאנאטן וועלכע האט נישט געהערט צו קיין שום יאר, אויספאלנדיג אינמיטן ווינטער ווען די פעלדער שטייען וויסט און אגריקולטורעלע פונקציעס קענען נישט ווערן אויסגעפירט. דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס האט שפעטער באשטימט די טעג פאר די מאנאטן יאנואריוס און פעברואריוס וועלכע הייבן אן דעם יאר, און אזוי איז דעצעמבער געווארן דער צוועלפטער מאנאט - אנהאלטנדיג דעם אלטן נאמען[3]. עס האט נאך ווייטער פארמאגט בלויז 29 טעג, ביז ווען דער יוליאנישער קאלענדאר האט עס געטוישט צו איין און דרייסיג.

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[2].

רעפערענצן

  1. Holidays and Lore, Spells, Rituals and Meditations ISBN 978-0-738-72159-0 p. 111
  2. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  3. Macrobius, Saturnalia, tr. Percival Vaughan Davies (New York: Columbia University Press, 1969), book I, chapters 12–13, pp. 89–95


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען