בן הא הא איז געווען א תנא אין די תקופה פון די זוגות, אין די דור פון הלל הזקן. זיין מימרא, "לפום צערא אגרא", אין פרקי אבות[1] ווערט דערמאנט צוזאמען מיט בן בג בג'ס, וואס האט געהאט אן ענליכן נאמען און ענליכן געשיכטע. רבי אברהם זכות האלט אז בן בג בג און בן הא הא זענען דער זעלבער מאן.

לויט תוספות, זענען בן בג בג און בן הא הא געווען גרים, און זענען נעמען זייערע זענען אר רמז דערויף: ה', און "בג" וואס איז גמטריא ה', צייגט אויף אברהם און שרה צו וועמען מען האט צוגעלייגט א ה' צום זייער נאמען[2]. רבי שמואל די אוזידא זאגט אז די צונעמען האט מען זיי געגעבן זיי צו באהאלטן פון די רומישער קעניגרייך וואס פלעגט נאכיאגן גרים[3], און דער תוספות יום טוב שרייבט אז זיי האבן נישט מאריך ימים געווען און דערפאר האט מען זיי נישט גערופן ביים נאמען, אזוי ווי מען טרעפט ביי בן עזאי[4].

אין די גמרא אין מסכת חגיגה ווערט געברענגט א שמועס צווישן בן הא הא און הלל איבער ענינים אין עבודת ה', עס ווערט דארט דערמאנט אז ער האט זוכה געווען צו גילוי אליהו[5].

דער האר"י האט מגלה געווען אז בן הא הא ליגט אין דער געגנט פון עין זיתים, אבער מען קען נישט טרעפן דעם גענויעם ארט[6].

רעפערענצן

  1. משנה, אבות ה, כב
  2. תוספות, חגיגה ט, ב, ד"ה בר הי
  3. מדרש שמואל אבות ה כב
  4. ספר יוחסין מאמר א אות ה
  5. חגיגה ט, ב

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ישראל הערצבערג – ישראל מאיר גבאי, מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל ב, ירושלים תשע"א, זייט 225









רעפערענצן