תשב"ץ קטן (מיט'ן אריגינעלן נאמען: תשב"ץ) איז א הלכה'דיגער חיבור פון רבי שמשון בן צדוק (בן המאה ה-13, חי לקראת סוף תקופת בעלי התוספות), א תלמיד און משרת פונעם מהר"ם מרוטנבורג, וואס האט געשריבן און רעדאגירט דעם ספר פון די פסקים און הנהגות פון זיין רבי'ן, בשעת דער מהר"ם איז געווען איינגעשפארט אין טורמע. דער חיבור איז פון די באקאנטסטע ספרים פון אשכנזישע פוסקים, און ווערט אסאך געברענגט דורך די שפעטערדיגע פוסקים; עס איז אויך א באזע פאר אסאך הלכות אין שולחן ערוך.

תשב"ץ קטן
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי שמשון בן צדוק
הוצאה
מקום הוצאה קרמונה
תאריך הוצאה ה'שט"ז
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ה'שט"ז
תאריך נאך אויסגאבעס לבוב ה'תרי"ח, ווארשא ה'תרל"ו, און נאך
מספר כרכים 1
תאריך מהדורה מוערת ורשה ה'תרס"א, ירושלים ה'תשל"ד, מהדורת שניאורסון - ירושלים ה'תשס"ה, מהדורת מכון ירושלים - ירושלים ה'תשע"א
כתבי יד כתב יד ווארשע 7/258, כתב יד קעימברידזש 1/800, כתב יד פאריז 2/643, און נאך
פרשנים רבי משה בצלאל לוריא, רבי ירוחם פישל פערלא, און נאך

נאמען

דער חיבור איז אריגינעל גערופן געווארן "תשב"ץ", וואס איז ראשי תיבות פון "תשובת שמשון בן צדוק"[1]. דער נאמען "תשב"ץ" ערשיינט שוין אין די סימני הספר[2], און לויט עטליכע מאנוסקריפטן פונעם חיבור - איז די נאמען "תשב"ץ" געגעבן געווארן דורך דער מהר"ם זעלבסט[3]. דער נאמען "תשב"ץ קטן" איז געאייגנט עס צו אפטיילן פונעם שו"ת תשב"ץ וואס איז געשריבן דורך רבי שמעון בן צמח דוראן.

מחבר

דער מחבר איז געווען א תלמיד מובהק פון דער מהר"ם מרוטנבורג, אבער דער אידענטיפיקאציע פון זיין נאמען איז נישט קלאר. פארהאן וואס האבן געשריבן אז זיין נאמען איז "שמשון"[4], פארהאן וואס שרייבן אז זיין נאמען איז "שמואל"[5], און אנדערע שרייבן אז זיין נאמען איז "שמעון"[6]. דאס אפשטימען זיין נאמען אלס "שמשון" איז די מערסט פארשפרייט צווישן ציטאטן פון די פוסקים, און אזוי איז מכריע דער חיד"א[7]. אין תשב"ץ קטן איז פארהאן א תשובה פון דער מהר"ם מרוטנבורג דערין ערשיינט א מענטש מיט'ן נאמען "חברנו הרב שמשון"[8], און עס זענען דא וואס אידענטיפיצירן אים אלס רבי שמשון בן צדוק, תלמיד פונעם מהר"ם און מחבר פונעם ספר[9].

רבי שמשון האט אויך פארפאסט, צוזאמען מיט אן אנדערן תלמיד פונעם מהר"ם רבי מאיר הכהן מרוטנבורג, די הגהות מיינוניות אויף משנה תורה פונעם רמב"ם, א חיבור אין וועלכע ס'ווערן אפגעראכטן די שיטות פון די חכמי אשכנז און בעלי התוספות אויף די נושאים הנדונים. רבי שמשון איז נפטר געווארן אין ה'ע"ב[10].

הינטערגרונט

דער מהר"ם מרוטנבורג האט פרובירט צו איבערלאזן דייטשלאנד און ארויפגיין קיין ארץ ישראל, וואס צוליב דעם איז ער איינגעזעצט געווארן דורך דער דייטשער קייסעררייך – מיט'ן האפנונג צו באקומען א גרויסע אויסלייז פון די אידישע געמיינדע פאר זיין באפרייאונג – מיט'ן שולד פון פרובירן עמיגרירן, א זאך וואס איז געווען פארבאטן פאר אידן.

בשעת'ן וויילן אין טורמע איז פארבאטן געווארן אים צו קומען באזוכן, אבער ביי א געוויסע פונקט איז ערלויבט געווארן פאר זיין תלמיד רבי שמשון אים צו באזוכן אפט און וויילן ביי אים. רבי שמשון האט באדינט דער מהר"ם דארט אין טורמע[11] און האט דאקומענטירט דער מהר"ם'ס מנהגים און חידושי תורה. די הנהגות און הלכות וואס ער האט צאמגענומען ערשיינען אין ספר תשב"ץ. דער ספר אליין איז ווארשיינליך נישט אינגאנצן רעדאגירט געווארן דורך אים, ווייל ער אליין ווערט דערין דערמאנט.

געבוי און אינהאלט

דער חיבור אנטהאלט פסקים פונעם מהר"ם מרוטנבורג אין פארשידענע נושאים, ווען אין רוב געדרוקטע אויסגאבן פונעם ספר שטייט די צאל סימנים ביי 590. אינעם אריגינעלן חיבור זענען געווען ווייניגער סימנים; די צוגעלייגטע שטאמען פון פארשידענע פלעצער. זיין שטארקע פארשפּרייטונג האט געברענגט דערצו אז אסאך האבן צוגעלייגט צו די שולי הגליון פארשידענע הגהות און הוספות, און דיע זענען צוגעלייגט געווארן צום חיבור דורך די פארשידענע מעתיקים. אזוי אויך די סדר הסימנים טוישט זיך צווישן די פילע מאנוסקריפּטן[12].

מערסטנס פסקים זענען געשריבן געווארן דורך רבי שמשון על סמך הנהגות וואס ער האט געזען אדער הלכות וואס ער האט געהערט פונעם מהר"ם, און טייל פון זיי זענען פסקים וואס זענען מנוסח געווארן דורך דער מהר"ם אליין. דער חיבור איז געשריבן געווארן אין דער תקופה וואס דער מהר"ם האט זיך אויפגעהאלטן אין טורמע אינעם קעניגליכן טירה אין שטאט איינזיסהיים (ענ')[13].

אינעם ספר זענען פארהאן הוספות געשריבן דורך רבי פרץ מקורביל, בן דורו פונעם מהר"ם, וואס האט צוגעלייגט הבדלים צווישן די מנהג פון יהדות צרפת און יהדות אשכנז, און אויך הלכות אין וועלכע די מנהג איז נישט ווי דער מהר"ם. די הוספות אלו געפונען זיך אינעם טעקסט פונעם חיבור, און זענען כאראקטעריזירט דורך די צוגאב פונעם ווארט "הג"ה" פאר זיי. דער ספר פארמאגט אויך פארשידענע שפעטערדיגע הוספות, וואס זייער מחבר'ס אידענטיפיקאציע איז נישט באקאנט.

איינע פון די באקאנטסטע מימרות פונעם מהר"ם מרוטנבורג ווערט געברענגט אינעם ספר, לויט איר: "כשהאדם גומר בדעתו לקדש השם, וימסור נפשו על קידוש השם, כל מה שעושין לו, הן סקילה, הן שריפה, הן קבורת חיים, הן תליה, אינו כואב לו כלום... ותדע שכן הוא, שאין לך אדם בעולם שאם היה נוגע באצבע קטנה באש שלא היה צועק; אפילו אם היה בדעתו לעכב עצמו, לא היה יכול. ורבים מוסרים עצמם לשרפה ולהריגה על קידוש השם יתברך, ואינם צועקים לא אוי ולא אבוי"[14].

פארשפרייטנוג

דער רעלאטיווער קליינקייט פונעם חיבור האט פארגרינגערט דאס קאפּירן עס, און האט גורם געווען זיין שטארקע פארשפּרייטונג אין יהדות אשכנז און אייראפעאישער אידנטום בכלל. ארום 120 קאפּיעס אין כתב יד עקזיסטירן נאך היינט.

דער חיבור ווערט דערמאנט ביי רבי מרדכי בן הלל (דער "מרדכי"), פון מהר"ם מרוטנבורג'ס תלמידים[15], און לויט פארגלייכן ציטאטן זעט אויס אז דאס האט זיך געפונען אויך ביי אנדערע תלמידים פון מהר"ם מרוטנבורג[3]. זיין פארשפרייטונג האט זיך אנגעהויבן באלד נאך זיין פארפאסונג, און עס ווערט אסאך דערמאנט אין די ווערטער פון גדולים פונעם דור נאך זיין פארפאסונג, ווי אין ספר כלבו און אורחות חיים (מר"א מלוניל) וואס ציטירן אסאך פון עס. אויך ביי רבי יעקב בן אשר, אין זיין ספר ארבעה טורים, ווערט עס דערמאנט עטליכע מאל[16].

אויסגאבן

דער ספר תשב"ץ קטן איז געווארן קאפירט אין כתב יד פילע מאל, צווישן זיי כתב יד ווארשע 7/258, כתב יד קעימברידזש 1/800, כתב יד פריס 2/643, און נאך[17]. אויך איז עס געדרוקט געווארן אסאך מאל און אין פארשידענע אויסגאבן:

  • מהדורת קרימונא, איטאליע שט"ז (1556) – דער ערשטער דרוק אויסגאבע פונעם חיבור, געדרוקט געווארן ארום 250 יאר נאכ'ן געשריבן ווערן, אינעם וויצינצו קונטי דרוק. פון די מהדורה און ווייטער האט דער ספר אנטהאלטן 590 סימנים.
  • מהדורת (קאפוסט?) תקע"ו (1816) – באזירט אויפ'ן קרימונא אויסגאבע, מיט לייכטע הגהות. געדרוקט לכאורה אין קאפוסט[18].
  • מהדורת לבוב תרי"ח (1858) – געדריקט ביי דוד צבי שרענצל.
  • מהדורת ווארשא תרל"ו (1875) – געדריקט ביי יעקב יוסף קאלינבערג און יצחק גאלדמאן. אין די אויסגאבע זענען צענזורירט געווארן פונעם ספר די סימנים תט"ז (תי"ו) און תי"ז. אזוי אויך די סימנים תקי"ב און תקי"ג זענען צוזאמגעשטעלט געווארן פאר איין סימן (תק"י). כדי צו משלים זיין די צאל סימנים צו 590, ווי אין די פריערדיגע אויבגאבן, זעען די סימנים תקפ"ג און תקפ"ד צעטיילט געווארן אויף פינף (תק"פ–תקפ"ד). די און אנדערע פאטשקערייען האבן פאראורזאכט דאס פארדרייען מספּוּר סימני הספר, בסימנים שבתווך. שיבושי סימנים אלו האבן אנגעהאלטן אויך אין די קומענדיגע מהדורות. אין מהדורת ווארשע גם לא השוו מול המהדורות הראשונות, והמהדירים הכניסו שינויים בספר לפי ראות עיניהם, לשם "תיקון הטעיות". בשנים שלאחר מכן הודפסה מהדורה נוספת זהה באותה הוצאה, ובהמשך - בשנת תרמ"ב (1881) - הודפסה בוורשה עוד מהדורה המתבססת על מהדורת תרל"ו (לא ידוע בית הדפוס).
  • מהדורת לוין-אפשטיין - ורשה תרס"ב (1902). מהדורה זו התבססה על מהדורת ורשה תרל"ו. מהדורה נוספת יצאה על ידי לוין-אפשטיין בוורשה בשנת תר"ף, שהתבססה על קודמתה משנת תרס"ב. על בסיס מהדורה זו האחרונה יצאה מהדורה שלישית בהוצאת לוין-אפשטיין, בירושלים תשי"א.

בהמשך הודפסו מהדורות נוספות, הכוללות לרוב פירושים או הערות:

זעט אויך

ביבליאגראפיע

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. רבי משה מטראני, שו"ת המבי"ט, חלק א', סימן ר"צ, על פי "כתיבה גסה אשכנזית" שבסוף העתק ספר התשב"ץ קטן.
  2. ראו סי' צ' וסי' של"ח.
  3. 3.0 3.1
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 10.
  4. רבי משה מטראני, שו"ת המבי"ט, חלק א', סימן ר"צ, על פי "כתיבה גסה אשכנזית" שבסוף העתק ספר התשב"ץ קטן; החיד"א, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז, בשם העתק כתב יד של התשב"ץ ובשם רבי אברהם זכות בספרו ספר יוחסין השלם.
  5. זעט: שער מהדורת הספר תשב"ץ קטן, קרמונה שט"ז; רבי משה מאט, מטה משה, סימן ר"ע; רבי דוד קונפורטי, קורא הדורות, דף כ"ד.
  6. הוספות הרמ"א לספר יוחסין השלם, בסוף הספר.
  7. החיד"א, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז.
  8. תשב"ץ קטן, סי' ת'

  9. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 10.

  10. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אברהם זכות, ספר יוחסין
  11. הג"ה מנחם ציון על שם הגדולים חלק ב, מערכת ת', הערה עט

  12. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 12.
  13. רבי משה מטראני, שו"ת המבי"ט, חלק א', סימן ר"צ, על פי "כתיבה גסה אשכנזית" שבסוף העתק ספר התשב"ץ קטן; החיד"א, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז; ועוד. פרט זה מופיע גם בשער מהדורת לבוב תרי"ח. אמנם בכל העתקי כתבי היד של החיבור, וכן במהדורה הראשונה (קרמונה שט"ז), לא מופיע פרט זה.
  14. רבי שמשון בן צדוק, תשב"ץ קטן, סי' תט"ו, בשם מהר"ם מרוטנבורג.
  15. ראו: רבי מרדכי בן הלל, מרדכי, ברכות, סי' קצ"ב וקצ"ה; שם, שבת, סי' תע"ג; שם, חולין, סי' תשמ"ו ותשמ"ז. וראו שם, חולין, סי' תשמ"ה, שאף הגהות רבי פרץ מקורביל על התשב"ץ קטן מוזכרים במרדכי.
  16. זעט לדוגמא: טור, אורח חיים, סימן ק"פ,
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:טור

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:טור) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".טור, אורח חיים, סימן ר"ג און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:טור

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:טור) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".טור, אורח חיים, סימן ר"פ.
  17. לרשימת כתבי יד נוספים ראו:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 13–14. בסך הכול מצויים כ-120 כתבי יד.
  18. זעט פרטים, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית
  19. על פי שער הספר של המהדורה.
  20. 20.0 20.1
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 11.
  21. על כך, ועוד, ראו:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 13–15.