רבי חנינא איש אונו
רבי חנינא (אויך: חנניה) איש אונו איז געווען א תנא אין דריטן דור (דער ערשטער דור נאכ'ן חורבן[1]), וועלכער איז געקומען פון שטאט אונו נעבן לוד.
אין משניות ווערט דערמאנט איין הלכה וואס ער האט איבערגעגעבן: ”וזו הלכה העלה רבי חנינא איש אונו מבית האסורין[א]: מקובל אני באומר לשלשה תנו גט לאשתי, שיאמרו לאחרים ויכתבו, מפני שעשאן בית דין” (משנה, גיטין ו, ז).
ער ווערט דערמאנט נאך איין מאל אין תוספתא, וואו ער האט עדות געזאגט פאר רבן גמליאל אין יבנה אז לכתחילה איז מען נישט מעבר דעם יאר נאר אין חלק יהודה אין ארץ ישראל, אבער אויב האט מען מעבר געווען אין גליל איז עס אויך מעובר[2].
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנאים ואמוראים
סוג לא תואם [ 1 ]
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
סוג לא תואם [ page, 3 ] רבי אהרן היימאן, "אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "ב".#p=אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "ב". רבי חנינא איש אונו", תולדות תנאים ואמוראים אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "ב"., לאנדאן, תר"ע, עמ' ב–60- "חנינא מאונו", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ פירוש המשניות להרמב"ם, הקדמה, הפרק הרביעי
- ↑ תוספתא, סנהדרין, ב, יג; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק א', הלכה ב', דף ד, ב; סנהדרין יא, ב