מהללאל

ווערסיע פון 18:19, 23 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{אישיות תנ"כית | שם = מהללאל | תאריך לידה עברי = {{לינק צו אידיש יאר|397}} | תאריך פטירה עברי = {{לינק צו אידיש יאר|1292}} | גיל פטירה = 895 | אב = קינן | קינדער = ירד | בתנ"ך = {{תנ"ך|בראשית|ה|יב|יז}}; {{תנ"ך|דברי הימים א|א|ב}} }} '''מַהֲלַלְאֵל''' איז געווען דער פינפטער דור פון ...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

מַהֲלַלְאֵל איז געווען דער פינפטער דור פון אדם הראשון, א זון פון קינן און דער פאטער פון ירד.

מהללאל
געבורט שצ"ז
פטירה א'רצ"ב (אלט: 895 בערך)
גיל פטירה 895
קינדער ירד
בתנ"ך בראשית ה, יב–יז; דברי הימים א' א, ב

מהללאל איז געבוירן 395 יאר נאכן באשאף פון אדם הראשון, אין יאר שצ"ז לבריאה[א], ווען זיין פאטער איז אלט געווען זיבעציג יאר[1]. לויט רבי יצחק אברבנאל האט ער געהייסן "מהללאל" ווייל ער האט געלויבט השי"ת[2].

לויט ספר היובלים האט ער חתונה געהאט מיט זיין שוועסטערקינד, וועלכע האט געהייסן דינה בת ברכאל[3].

ווען ער איז אלט געווען 65 יאר האט ער געבוירן זיין זון ירד[4]. אין די נאכפאלגנדע יארן האט ער געהאט נאך זון און טעכטער.

מהללאל האט געלעבט 895 יאר[5] (ביז צום יאר א'רצ"ב לבריאה[א]), דער אכט-לענגסטער פון אלע מענטשן דערמאנט אין תנ"ך.

נאטיצן

  1. 1.0 1.1 דאס הייסט, לויט'ן ציילונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם. אין ספר סדר הדורות און אויף אסאך אנדערע פלעצער ווערן די יארן גערעכנט אנדערש, אנגעהויבן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן שנת תוהו, האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די שיטה, דארף מען אראפרעכענען איין יאר פון חשבון.

רעפערענצן


קאַטעגאָריע:דורות פון שת קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען