די ווארשע פּאקט (רוסיש: Варшавский договор) איז געווען א געמיינזאמע מיליטערישע בונד אונטער די פירערשאפט פון די סאוויעטן פארבאנד, אונטערגעשריבן אין ווארשע, פוילן. די פּאקט איז פארמירט געווארן דורך די סאוויעטן פאראיין און 7 לענדער פון די מזרח אייראפעאישע בלאק אום מאי 14 1955 אלס טייל פונעם קאלטער קריג, אין ליכט פון די בערלין קריזיס, אפצוענטפערן און קאנטער-באלאנסירן קעגן נאטא, איבערהויפט דאס באוואפענען און אנשלוסן מערב דייטשלאנד אין די אליאנץ. די טערמין "ווארשע פּאקט" באציט זיך סיי צום אפמאך, און אויך צום דאן-געשאפענעם מיליטערישע בונד, די ווארשע בונד ארגאניזאציע (WTO)[1]. די מיליטערישע ארגאניזאציע האט קאמפלימענטירט די עקאנאמישע אפמאך, די "קאנסיל פאר געמיינזאמע עקאנאמישע הילף" (העב')[2].

ווארשע פאקט
עמבלעם פון ווארשע פּאקט; עמבלעם באשרייבונג (אויבערשטע טייל): פּאקט פון פרידן און סאציאליזם; אונטערשטע שורה: ווארשע פּאקט
תחום מיטגליד לענדער אין ווארשע פּאקט
חברים
תקופת הפעילות מאי 14 1955יולי 1 1991 (36 יאָרן)

אין 1990 איז מזרח דייטשלאנד ארויס פונעם בונד מיט די ווידער-פאראייניגונג פון דייטשלאנד. אום פעברואר 25 1991, נאך די די צעברעקלונג פון די קאמוניסטישע בלאק אין די שפעטע אכציגער יארן, האבן זיך די פארטיידיגונגס און אויסערן מיניסטארן פון די זעקס פארבליבענע לענדער געטראפן ביי א זיצונג אין אונגארן, און געמאכט אפיציעל די אפשאפונג פונעם פּאקט. די לענדער אנגעשלאסן אינעם סאוויעטן פאראיין האבן קורץ דערויף געשאפן די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO), און אלע איבריגע לענדער פון די קאמוניסטישע בלאק אויסער די פאראיין, האבן זיך אנגעלאסן דורכאויס די קומענדיגע 20 יאר אין נאטא, אריינגערעכנט די באלטישע לענדער וועלכע זענען אנעקסירט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג דורך די סאוויעטן פאראיין.

היסטאריע

 
די פרעזידענטליכע פאלאץ אין ווארשע, פוילן, וואו דער ווארשע פאקט איז געשאפן און אונטערגעשריבן געווארן אום מאי 14 1955
 
סאוויעטישע טאנקען, באצייכנט מיט ווייסע קרייצן זיי צו פונאנדערשיידן פון טשעכאסלאוואקישע טאנקען, אויף די גאסן פון פראג דורכאויס די פאקט'ס אינוואזיע פון טשעכאסלאוואקיי, 1968

אום מאי 9 1955, זענען אמעריקא און די איבריגע נאטא מיטגלידער איינגעגאנגען צו אריינעמען מערב דייטשלאנד אלס מיטגליד אין די אליאנץ געשאפן אין 1949, און דערמיט איר ווידער באוואפענען אונטער שטרענגע צוימונגען, טראץ אריגינעלע אינערליכע קעגנערשאפט פון טייל אליאירטע. די סאוויעטן פאראיין, וועלכע האט שוין געהאט קעגנזייטיגע פארטיידיגונגס אפמאכן מיט אלע לענדער אין די מזרח בלאק פון נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, אויסער מזרח דייטשלאנד, האט - אויס מורא און אין פראטעסט פון א פארשטארקערטע נאטא און באוואפנטע דייטשלאנד, געשאפן א געמיינזאמע פּאקט מיט אלע אירע אליאירטע, ווי אלע אנגעשלאסענע וועלן פארטיידיגן דעם צווייטן אין פאל פון אטאקע, ערגענצנדיג די פריערדיגע אפמאכן מיט אלע שטאַטן באזונדער, און אויך אריינגענומען דערין מזרח דייטשלאנד און איר שפעטער באוואפנט[3][4].

כאטש די אפמאך האט געלויטעט אז זי איז געשטעלט נאר אויף צום פארטיידיגן פון דרויסנדע געפארן, און וועט זיין באזירט אויף געמיינזאמע באשלוסן פון אלע מיטגלידער צוגלייך, האט די סאוויעטן פאראיין אויסגעניצט די בונד צו פארפעסטיגן איר דאמינאנץ איבער אירע סאטעליט שטאַטן[5]; די סאוויעטן האבן אויסגעארבעט האנדלס אפמאכן וואס האבן איר דירעקט בענעפעטירט[6]; די קאמוניסטישע פארטייען אין אלע לענדער זענען געווען אונטער די דירעקטע קאנטראל פונעם קרעמלין. די איינציגסטע מיליטערישע אקציעס דורך די ווארשע פּאקט זענען געווען אויף צו אונטערדרוקן רעוואלטן אין מיטגליד-לענדער, כאטש עס איז קיינמאל אנגעקומען צו א דירעקטע קאנפראנטאציע צווישן איר און נאטא, פאר וועלכער דער בונד איז אריגינעל געשאפן געווארן, נאר ביידע האבן זיך באוואפנט און איינגעפירט פאליסיס צו האלטן די צווייטע אין די ראמען, און זיך געשלאגן בלויז אומדירעקט דורך פראקסי מלחמות[7].

אין נאוועמבער 1956, נאך די אונגארישע רעוואלוציע האבן די סאוויעטן אינוואדירט אונגארן, און סוקסעספול אונטערדרוקט די רעוואלט, פירנדיג צום טויט פון 2,500 אונגארישע בירגער[8]. אין אויגוסט 1968 האט די ווארשע פאקט אינוואדירט טשעכאסלאוואקיי, א קאלעגע פּאקט מיטגליד, נאך פרייהייט רעפארמען וואס די ארטיגע רעגירונג האט איינגעשטעלט[9]. אלע מיטגלידער האבן אנטיילגענומען אויסער רומעניע און אלבאניא[10]. אין רעאקציע צו די אינוואזיע האט זיך אלבאניע גענצליך ארויסגעצויגן פונעם בונד.

אין די שפעטע אכציגער יארן האט אומצופרידנהייט און עקאנאמישע פראבלעמען איבערגענומען די באפעלקערונגען אין די מזרח בלאק, וואס האט אנגעהויבן אונטערברעכן די ווארשע פּאקט. אין סעפטעמבער 1990 האט מזרח דייטשלאנד איבערגעלאזט דעם בונד אין צוגרייטונג צום פאראייניגונג מיט מערב. ביי אקטאבער, האבן זיך טשעכאסלאוואקיע, אונגארן און פוילן ארויסגעצויגן פון סיי וועלכע מיליטערישע איבונגען פונעם בונד, און סיגנאליזירט זייער ווילן זיך ארויסצוציען דערפון. אום פעברואר 22 1991, האבן די אויסערן און פארטיידיגונגס מיניסטארן פון די פּאקט מיטגלידער געמאכט אפיציעל די אויפלעזונג פונעם בונד, ביי א זיצונג אין אונגארן. די סאוויעטישע פאראיין איז אויפגעלעזט געווארן אינעם נאכפאלגנדן דעצעמבער[11].

סטרוקטור

די פּאקט'ס פירערשאפט איז געווען צוזאמגעשטעלט פון א פאליטישע ראַט קאמיטע (PCC), וועלכע האט פארפיגט איבער די פאליטישע אנגעלעגנהייטן, און די קאמבינירטע פירערשאפט פון פּאקט באוואפנטע קרעפטן, הויפטקווארטירט אין ווארשע, האט קאנטראלירט די מיליטערן פון די אנגעשלאסענע לענדער. אין שפיץ פון די מיליטערישע פירערשאפט איז געווען דער הויפט קאמאנדיר פון די פאראייניגטע קרעפטן. דורכאויס איר עקזיסטענץ זענען אלע קאמאנדירן פונעם פּאקט געווען, און גלייכצייטיג אויך געדינט אלס הויכראנגיגע אפיצירן אין די סאוויעטישע פאראיין, און געווען געשטעלט אויף זייערע פאזיציעס פאר אן אומבאשטימטן טערמין; די הויפט קאמאנדיר האט אלץ גלייכצייטיג געדינט אלס אונטער-פארטיידיגונגס מיניסטער פון די סאוויעטישע פאראיין, און די שטאַב הויפט פונעם פּאקט איז געווען דער אונטער-שטאב הויפט פון די סאוויעטן. אלע באשלוסן זענען געמאכט געווארן אויסשליסליך דורך די סאוויעטישע פאראיין, און זיך אנשליסן אדער ארויסגיין פונעם פאקט איז אויך געווענליך נישט געווען אנגעוואנדן אין די באשלוס פון די ספעציפישע לאנד אדער פון די אנדערע מיטגלידער.

אין קעגנזאץ, אין נאטא זענען די הויפט פאזיציעס, ווי סעקרעטאר גענעראל, געשטעלט פאר באשטימטע טערמינען, דורך א באשלוס פון אלע מיטגליד לענדער, אריינגעוועלט דורך א קאנצענזוס. אלע באשלוסן אין די נאטא אליאנץ פארלאנגען אן איינשטימיגע באשלוס פון אלע מיטגלידער, אזוי אויך דאס ארייננעמען פרישע מיטגלידער און די אליאנץ גייט דורך א דעמאקראטישע פראצעדור[12].

די מיליטערישע קראפט פון די ווארשע פּאקט איז באשטאנען פון 300 דיוויזיעס, אסאך מער ווי די פון נאטא. עס זענען אפגעהאלטן געווארן יערליכע מיליטערישע איבונגען צווישן די מיטגלידער.

מיטגלידער און אבזערווירער

מיטגלידער

אבזערווירער

מאנגאליע  מאנגאליע: אום יולי 1963 האט די מאנגאלישע פאלק'ס רעפובליק געבעטן זיך אנצושליסן אינעם בונד. פוילן און ראמעניע האבן זיך קעגנגעשטעלט צו ארייננעמען אן אזיאנער לאנד צוליב די כינע-סאוויעטישע שטרייט, און כדי צו האלטן דעם בונד אלס אן אייראפעאישער אליאנץ. ראמעניע האט עס ענדע באוויזן צו אפשטעלן, און מאנגאליע איז געבליבן מיט אבזערווירער סטאטוס[15]. די סאוויעטן האבן אבער סטאנציאנירט טרופן אין מאנגאליע אין 1966[16].

פון אנפאנג, ביים גרינדונג אין 1955 זענען כינע, צפון קארעא, און צפון וויעטנאם געווען אבזערווירער אינעם פּאקט, אבער דאס האט זיך געענדיגט מיט'ן כינע-סאוויעטישע שטרייט אום 1961[17].

נאטא און ווארשע פאקט: פארגלייכונג פון קרעפטן

נאטא און ווארשע פאקט קרעפטן אין אייראפע

 
אן אנשרעק פלאקאט "סאוויעטישע גרויסע 7" צייגט די וואפנס אין ווארשע פאקט ארסענאל
דאטא פובליצירט דורך די צוויי אליאנצן (1988–1989)[18]
נאטא שאצונגען ווארשע פאקט
שאצונגען
סארט נאטא ווארשע פאקט נאטא ווארשע פאקט
מאנסקראפט 2,213,593 3,090,000 3,660,200 3,573,100
מיליטערישע לופט קרעפטן 3,977 8,250 7,130 7,876
ס"ה אטאקע לופט קרעפטן NA NA 4,075 2,783
העליקאפטער 2,419 3,700 5,720 2,785
טאקטישע מיסיל ארויסשיסער NA NA 136 1,608
טאנקען 16,424 51,500 30,690 59,470
אנטי טאנק וואפנס 18,240 44,200 18,070 11,465
געפאנצערטע פיסגייער שלאכט מאשינען 4,153 22,400 46,900 70,330
ארטילעריע 14,458 43,400 57,060 71,560
אנדערע געפאנצערטע אויטאס 35,351 71,000
געפאנצערטע בריקן מאשינען 454 2,550
לופט פארטיידיגונג סיסטעמען 10,309 24,400
סובמארינען 200 228
סובמארינען (נוקלעאר געטריבן) 76 80
גרויסע-אויבערפלאך שיפן 499 102
פליגער-טרעגער שיפן 15 2
פליגער-טרעגער שיפן באוואפנט מיט קרוז מיסילס 274 23
אמפיביען לאנדונגס שיפן 84 24

נאכ'ן פּאקט

 
אויסברייטערונג פון נאטא בעפאר און נאך די צוזאמפאל פון קאמוניזם, איבער צענטראל און מזרח אייראפע

מזרח דייטשלאנד איז געווארן א טייל פון נאטא מיטן פאראייניגונג מיט מערב אין 1990[19]. אום מערץ 12 1999, האבן זיך טשעכיי, אונגארן און פוילן אנגעשלאסן אין נאטא. בולגאריע, עסטאניע, לאטוויע, ליטע, רומעניע און סלאוואקיי האבן זיך אנגעשלאסן אין מערץ 2004; אלבאניע האט זיך אנגעשלאסן אום אפריל 1 2009.

רוסלאנד און די איבריגע שטאַטן פון די סאוויעטן פארבאנד (אויסער די אנעקסירטע באלטישע לענדער), האבן זיך אנגעשלאסן אין די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO) אין 1992, און אין די שאנכיי פינף ארגאניזאציע אין 1996.

אום נאוועמבער 5 2005, האט די פוילישע רעגירונג געעפנט אירע ווארשע פּאקט ארכיוון צו די אינסטיטוציע פון נאציאנאלע אנדענק. צווישן די ארויסגעגעבענע דאקומענטן איז געווען די ווארשע פּאקט'ס נוקלעארע קריג פלאן, זיבן טעג צום טייך רהיין - א פלאן פאר א שנעלע אינוואזיע צו פארכאפן עסטרייך, דענמארק, דייטשלאנד און האלאנד מזרח פונעם רהיין, ניצנדיג נוקלעארע וואפן נאך א מעגליכע נאטא אטאקע[20].

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

  • "טעקסט פון די ווארשע פּאקט" (PDF). פאראייניגטע פעלקער בונד זאמלונג.
  • "וואס איז געווען די ווארשע פּאקט?". צפון אטלאנטישער בונד ארגאניזאציע (נאטא).
  • מאפע פון ווארשע פּאקט (omniatlas.com)

רעפערענצן

  1. "די ווארשע בונד ארגאניזאציע, 1955". history.state.gov.
  2. Yost, David S. (1998). NATO Transformed: The Alliance's New Roles in International Security. Washington, DC: U.S. Institute of Peace Press. p. 31. ISBN 1-878379-81-X.
  3. 3.0 3.1 "די ווארשע פאקט ווערט געשאפן". History Channel.
  4. Bob Reinalda (11 September 2009). Routledge History of International Organizations: From 1815 to the Present Day. Routledge. p. 369. ISBN 978-1-134-02405-6. Archived from the original on 1 January 2016. Retrieved 1 January 2016.
  5. "Formation of Nato and Warsaw Pact". History Channel.
  6. Larresm, Klaus, ed. (2014). A Companion to Europe Since 1945. Wiley. p. 79. ISBN 978-1-118-89024-0.
  7. Bob Reinalda (11 September 2009). Routledge History of International Organizations: From 1815 to the Present Day. Routledge. p. 369. ISBN 978-1-134-02405-6.
  8. "The Hungarian Uprising of 1956 - History Learning Site". Percival, Matthew (23 October 2016). "Recalling the Hungarian revolution, 60 years on". CNN.
  9. "Soviets Invade Czechoslovakia - Aug 20, 1968 - HISTORY.com".
  10. Nosowska, Agnieszka. "Warsaw Pact invasion of Czechoslovakia". www.enrs.eu.
  11. "Warsaw Pact and Comecon To Dissolve This Week". Csmonitor.com. 26 February 1991. Archived from the original on 4 August 2012. Retrieved 4 June 2012.This day in history: the Warsaw Pact ends.
  12. "Differences Between Nato and the Warsaw Pact". Atlantische Tijdingen (57): 1–16. 1967. JSTOR 45343492. Retrieved 9 January 2022.
  13. פוילן און די ווארשע פאקט 1955-1991. www.php.isn.ethz.ch.
  14. Tismaneanu, Vladimir; Stan, Marius (17 May 2018). Vladimir Tismaneanu, Marius Stan, Cambridge University Press, 17 May, 2018, Romania Confronts Its Communist Past: Democracy, Memory, and Moral Justice, p. 132. ISBN 9781107025929.; Tismaneanu, Vladimir; Stan, Marius (17 May 2018). Vladimir Tismaneanu, Marius Stan, Cambridge University Press, 17 May, 2018, Romania Confronts Its Communist Past: Democracy, Memory, and Moral Justice, p. 132. ISBN 9781107025929.
  15. Mastny, Vojtech; Byrne, Malcolm (1 January 2005). A Cardboard Castle?: An Inside History of the Warsaw Pact, 1955-1991. Central European University Press.
  16. "Soviet Troops to Leave Mongolia in 2 Years". Reuters. 3 March 1990.
  17. ABC-CLIO (3 March 1990). "Warsaw Treaty Organization". Lüthi, Lorenz M. (8 October 2007). "The People's Republic of China and the Warsaw Pact Organization, 1955-63". Cold War History. 7 (4): 479–494. doi:10.1080/14682740701621762. S2CID 153463433.
  18. The future of U.S.-Soviet relations hearings before the Committee on Foreign Relations, United States Senate, One Hundred First Congress, first session, April 4, 12, 19 and May 3, 15, 18 and June 1 and 20, 1989 (Microfiche) (National government publication ed.). Washington : U.S. G.P.O. p. 325. Retrieved 11 May 2021..
  19. Webb, Adrian (9 September 2014). Adrian Webb, Routledge, 9 sept. 2014, Longman Companion to Germany Since 1945, p. 59. ISBN 9781317884248.
  20. Watt, Nicholas (‏26 November 2005). "Poland risks Russia's wrath with Soviet nuclear attack map".  "Poland reveals Warsaw Pact war plans". International Relations and Security Network.

קאטעגאריע:קאמוניזם קאטעגאריע:ווארשע קאטעגאריע:ראטנפארבאנד מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית