די ווארשע פּאקט (רוסיש: Варшавский договор) איז געווען א געמיינזאמע מיליטערישע בונד אונטער די פירערשאפט פון די סאוויעטן פארבאנד, אונטערגעשריבן אין ווארשע, פוילן. די פּאקט איז פארמירט געווארן דורך די סאוויעטן פאראיין און 7 לענדער פון די מזרח אייראפעאישע בלאק אום מאי 14 1955 אלס טייל פונעם קאלטער קריג, אין ליכט פון די בערלין קריזיס, אלס ענטפער און קאנטער-באלאנס צו נאטא, איבערהויפט דאס באוואפענען און אנשלוס פון מערב דייטשלאנד אין די אליאנץ. די טערמין "ווארשע פּאקט" באציט זיך סיי צום אפמאך, און אויך צום דאן-געשאפענעם מיליטערישע בונד, די ווארשע בונד ארגאניזאציע (WTO). די מיליטערישע ארגאניזאציע האט קאמפלימענטירט די עקנאמישע אפמאך, די "קאנסיל פאר געמיינזאמע עקאנאמישע הילף" (העב').

ווארשע פאקט
עמבלעם פון ווארשע פּאקט; עמבלעם באשרייבונג (אויבערשטע טייל): פּאקט פון פרידן און סאציאליזם; אונטערשטע שורה: ווארשע פּאקט
תחום המדינות שהיו חברות בברית ורשה
חברים
תקופת הפעילות מאי 14 1955יולי 1 1991 (36 יאָרן)

אין 1990 איז מזרח דייטשלאנד ארויס פונעם בונד מיט די ווידער-פאראייניגונג פון דייטשלאנד. אום פעברואר 25 1991, נאך די די צעברעקלונג פון די קאמוניסטישע בלאק אין די שפעטע אכציגער יארן, האבן זיך די פארטיידיגונגס און אויסערן מיניסטארן פון די זעקס פארבליבענע לענדער געטראפן ביי א זיצונג אין אונגארן, און געמאכט אפיציעל די אפשאפונג פונעם פּאקט. די לענדער אנגעשלאסן אינעם סאוויעטן פאראיין האבן קורץ דערויף געשאפן די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO), און אלע איבריגע לענדער פון די קאמוניסטישע בלאק אויסער די פאראיין, האבן זיך אנגעלאסן דורכאויס די קומענדיגע 20 יאר אין נאטא, אריינגערעכנט די באלטישע לענדער וועלכע זענען אנעקסירט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג דורך די סאוויעטן פאראיין.

היסטאריע

 
די פרעזידענטליכע פאלאץ אין ווארשע, פוילן, וואו דער ווארשע פאקט איז געשאפן און אונטערגעשריבן געווארן אום מאי 14 1955

אום מאי 9 1955, זענען אמעריקא און די איבריגע נאטא מיטגלידער איינגעגאנגען צו אריינעמען מערב דייטשלאנד אלס מיטגליד אין די אליאנץ, און דערמיט איר ווידער באוואפענען אונטער שטרענגע צוימונגען, טראץ אריגינעלע קעגנערשאפט פון טייל אליאירטע. די סאוויעטן פאראיין, וועלכע האט שוין געהאט קעגנזייטיגע פארטיידיגונגס אפמאכן מיט אלע לענדער אין די מזרח בלאק פון נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, אויסער מזרח דייטשלאנד, האט - אויס מורא און אין פראטעסט פון א פארשטארקערטע נאטא און באוואפנטע דייטשלאנד, געשאפן א געמיינזאמע פּאקט מיט אלע אירע אליאירטע, ווי אלע אנגעשלאסענע וועלן פארטיידיגן דעם צווייטן אין פאל פון אטאקע, ערגענצנדיג די פריערדיגע אפמאכן מיט אלע שׁטאַטן באזונדער, און אויך אריינגענומען דערין מזרח דייטשלאנד און איר באוואפנט.

כאטש די אפמאך האט געלויטעט אז זי איז געשטעלט נאר אויף צום פארטיידיגן פון דרויסנע געפארן, און וועט זיין באזירט אויף געמיינזאמע באשלוסן פון אלע מיטגלידער שׁטאַטן, האט די סאוויעטן פאראיין אויסגעניצט די בונד צו פארפעסטיגן איר דאמינאנץ איבער אירע סאטעליט שׁטאַטן; די סאוויעטן האבן אויסגעארבעט האנדלס אפמאכן וואס האבן איר דירעקט בענעפעטירט; די קאמוניסטישע פארטייען אין אלע לענדער זענען געווען אונטער די קאנטראל פונעם קרעמלין. די איינציגסטע מיליטערישע אקציעס דורך די ווארשע פּאקט איז געווען נאר צו אונטערדרוקן רעוואלטן אין מיטגליד-לענדער, כאטש עס איז קיינמאל אנגעקומען צו א דירעקטע קאנפראנטאציע צווישן איר און נאטא, פאר וועלכע דער בונד איז אריגינעל געשאפן געווארן, נאר ביידע האבן זיך באוואפנט און איינגעפירט פאליסיס צו האלטן די צווייטע אין די ראמען, און זיך געשלאגן בלויז אומדירעקט דורך פראקסי מלחמות.

אין נאוועמבער 1956, נאך די אונגארישע רעוואלוציע האבן די סאוויעטן אינוואדירט אונגארן, און סוקסעספול אונטערדרוקט די רעוואלט, פירנדיג צום טויט פון 2,500 אונגארישע בירגער. אין אויגוסט 1968 האט די ווארשע פאקט אינוואדירט טשעכאסלאוואקיי, א קאלעגע פּאקט מיטגליד, נאך פרייהייט רעפארמען וואס די ארטיגע רעגירונג האט איינגעשטעלט. אלע מיטגלידער האבן אנטיילגענומען אויסער רומעניע און אלבאניא. אין רעאקציע צו די אינוואזיע האט זיך אלבאניע ארויסגעצויגן פונעם בונד.

אין די שפעטע אכציגער יארן האט אומצופרידנהייט און עקאנאמישע פראבלעמען איבערגענומען די באפעלקערונגען אין די מזרח בלאק, און האבן אנגעהויבן אונטערברעכן די ווארשע פּאקט. אין סעפטעמבער 1990 האט מזרח דייטשלאנד איבערגעלאזט דעם בונד אין צוגרייטונג צום פאראייניגונג מיט מערב. ביי אקטאבער, האבן זיך טשעכאסלאוואקיע, אונגארן און פוילן ארויסגעצויגן פון סיי וועלכע מיליטערישע איבונגען פונעם בונד, און סיגנאליזירט זייער ווילן זיך ארויסצוצוען דערפון. אום פעברואר 22 1991, האבן די אויסערן און פארטיידיגונגס מיניסטארן פון די פּאקט מיטגלידער געמאכט אפיציעל די אויפלעזונג פונעם בונד, ביי א זיצונג אין אונגארן. די סאוויעטישע פאראיין איז אויפגעלעזט געווארן אינעם נאכפאלגנדן דעצעמבער.

מיטגלידער און סטרוקטור

נאטא און ווארשע פאקט: פארגלייכונג פון קרעפטן

נאטא און ווארשע פאקט קרעפטן אין אייראפע

דאטא פובליצירט דורך די צוויי אליאנצן (1988–1989)[1]
נאטא שאצונגען ווארשע פאקט
שאצונגען
טיפּ נאטא ווארשע פאקט נאטא ווארשע פאקט
מאנסקראפט 2,213,593 3,090,000 3,660,200 3,573,100
מיליטערישע לופט קרעפטן 3,977 8,250 7,130 7,876
ס"ה אטאקע לופט קרעפטן NA NA 4,075 2,783
העליקאפטער 2,419 3,700 5,720 2,785
טאקטישע מיסיל ארויסשיסער NA NA 136 1,608
טאנקען 16,424 51,500 30,690 59,470
אנטי טאנק וואפנס 18,240 44,200 18,070 11,465
געפאנצערטע פיסגייער שלאכט אויטאס 4,153 22,400 46,900 70,330
ארטילעריע 14,458 43,400 57,060 71,560
אנדערע געפאנצערטע אויטאס 35,351 71,000
געפאנצערטע בריקן אויטאס 454 2,550
לופט פארטיידיגונג סיסטעמען 10,309 24,400
סובמארינען 200 228
סובמארינען (נוקלעאר געטריבן) 76 80
גרויסע אויבערפלאך שיפן 499 102
פליגער-טרעגער שיפן 15 2
פליגער-טרעגער שיפן באוואפנט מיט קרוז מיסילס 274 23
אמפיביען לאנדונגס שיפן 84 24

נאכ'ן פּאקט

מזרח דייטשלאנד איז געווארן א טייל פון נאטא מיטן פאראייניגונג מיט מערב אין 1990. אום מערץ 12 1999, האבן זיך טשעכיי, אונגארן און פוילן אנגעשלאסן אין נאטא. בולגאריע, עסטאניע, לאטוויע, ליטע, רומעניע און סלאוואקיי האבן זיך אנגעשלאסן אין מערץ 2004; אלבאניע האט זיך אנגעשלאסן אום אפריל 1 2009.

רוסלאנד און די איבריגע שטאַטן פון די סאוויעטן פארבאנד, האבן זיך אנגעשלאסן אין די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO) אין 1992, און אין די שאנכיי פינף אין 1996.

אום נאוועמבער 5 2005, האט די פוילישע רעגירונג געעפנט אירע ווארשע פּאקט ארכיוון צו די אינסטיטוציע פון נאציאנאלע אנדענק. צווישן די ארויסגעגעבענע דאקומענטן איז געווען די ווארשע פּאקט'ס נוקלעארע קריג פלאן, זיבן טעג צום טייך רהיין - א פלאן פאר א שנעלע אינוואזיע צו פארכאפן עסטרייך, דענמארק, דייטשלאנד און האלאנד מזרח פונעם רהיין, ניצנדיג נוקלעארע וואפן נאך א מעגליכע נאטא אטאקע.

רעפערענצן

  1. The future of U.S.-Soviet relations hearings before the Committee on Foreign Relations, United States Senate, One Hundred First Congress, first session, April 4, 12, 19 and May 3, 15, 18 and June 1 and 20, 1989 (Microfiche) (National government publication ed.). Washington : U.S. G.P.O. p. 325. Retrieved 11 May 2021..

קאטעגאריע:קאמוניזם קאטעגאריע:ווארשע קאטעגאריע:ראטנפארבאנד