ווארשע פאקט
די ווארשע פּאקט (רוסיש: Варшавский договор) איז געווען א געמיינזאמע מיליטערישע בונד אונטער די פירערשאפט פון די סאוויעטן פארבאנד, אונטערגעשריבן אין ווארשע, פוילן. די פּאקט איז פארמירט געווארן דורך די סאוויעטן פאראיין און 7 לענדער פון די מזרח אייראפעאישע בלאק אום מאי 14 1955 אלס טייל פונעם קאלטער קריג, אין ליכט פון די בערלין קריזיס, אלס ענטפער און קאנטער-באלאנס צו נאטא, איבערהויפט דאס באוואפענען און אנשלוס פון מערב דייטשלאנד אין די אליאנץ. די טערמין "ווארשע פּאקט" באציט זיך סיי צום אפמאך, און אויך צום דאן-געשאפענעם מיליטערישע בונד, די ווארשע בונד ארגאניזאציע (WTO).
תחום | |
---|---|
חברים | |
תקופת הפעילות | מאי 14 1955 – יולי 1 1991 (36 יאָרן) |
אין 1990 איז מזרח דייטשלאנד ארויס פונעם בונד מיט די ווידער-פאראייניגונג פון דייטשלאנד. אום פעברואר 25 1991, נאך די די צעברעקלונג פון די קאמוניסטישע בלאק אין די שפעטע אכציגער יארן, האבן זיך די פארטיידיגונגס און אויסערן מיניסטארן פון די זעקס פארבליבענע לענדער געטראפן ביי א זיצונג אין אונגארן, און געמאכט אפיציעל די אפשאפונג פונעם פּאקט. די לענדער אנגעשלאסן אינעם סאוויעטן פאראיין האבן קורץ דערויף געשאפן די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO), און אלע איבריגע לענדער פון די קאמוניסטישע בלאק אויסער די פאראיין, האבן זיך אנגעלאסן דורכאויס די קומענדיגע 20 יאר אין נאטא, אריינגערעכנט די באלטישע לענדער וועלכע זענען אנעקסירט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג דורך די סאוויעטן פאראיין.
היסטאריע
אום מאי 9 1955, זענען אמעריקא און די איבריגע נאטא מיטגלידער איינגעגאנגען צו אריינעמען מערב דייטשלאנד אלס מיטגליד אין די אליאנץ, און דערמיט איר ווידער באוואפענען אונטער שטרענגע צוימונגען, טראץ אריגינעלע קעגנערשאפט פון טייל אליאירטע. די סאוויעטן פאראיין, וועלכע האט שוין געהאט קעגנזייטיגע פארטיידיגונגס אפמאכן מיט אלע לענדער אין די מזרח בלאק פון נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, אויסער מזרח דייטשלאנד, האט - אויס מורא און אין פראטעסט פון א פארשטארקערטע נאטא און באוואפנטע דייטשלאנד, געשאפן א געמיינזאמע פּאקט מיט אלע אירע אליאירטע, ווי אלע אנגעשלאסענע וועלן פארטיידיגן דעם צווייטן אין פאל פון אטאקע, ערגענצנדיג די פריערדיגע אפמאכן מיט אלע שׁטאַטן באזונדער, און אויך אריינגענומען דערין מזרח דייטשלאנד און איר באוואפנט.
כאטש די אפמאך האט געלויטעט אז זי איז געשטעלט נאר אויף צום פארטיידיגן פון דרויסנע געפארן, און וועט זיין באזירט אויף געמיינזאמע באשלוסן פון אלע מיטגלידער שׁטאַטן, האט די סאוויעטן פאראיין אויסגעניצט די בונד צו פארפעסטיגן איר דאמינאנץ איבער אירע סאטעליט שׁטאַטן; די סאוויעטן האבן אויסגעארבעט האנדלס אפמאכן וואס האבן איר דירעקט בענעפעטירט; די קאמוניסטישע פארטייען אין אלע לענדער זענען געווען אונטער די קאנטראל פונעם קרעמלין. די איינציגסטע מיליטערישע אקציעס דורך די ווארשע פּאקט איז געווען נאר צו אונטערדרוקן רעוואלטן אין מיטגליד-לענדער, כאטש עס איז קיינמאל אנגעקומען צו א דירעקטע קאנפראנטאציע צווישן איר און נאטא, פאר וועלכע דער בונד איז אריגינעל געשאפן געווארן, נאר ביידע האבן זיך באוואפנט און איינגעפירט פאליסיס צו האלטן די צווייטע אין די ראמען, און זיך געשלאגן בלויז אומדירעקט דורך פראקסי מלחמות.
אין נאוועמבער 1956, נאך די אונגארישע רעוואלוציע האבן די סאוויעטן אינוואדירט אונגארן, און סוקסעספול אונטערדרוקט די רעוואלט, פירנדיג צום טויט פון 2,500 אונגארישע בירגער. אין אויגוסט 1968 האט די ווארשע פאקט אינוואדירט טשעכאסלאוואקיי, א קאלעגע פּאקט מיטגליד, נאך פרייהייט רעפארמען וואס די ארטיגע רעגירונג האט איינגעשטעלט. אלע מיטגלידער האבן אנטיילגענומען אויסער רומעניע און אלבאניא. אין רעאקציע צו די אינוואזיע האט זיך אלבאניע ארויסגעצויגן פונעם בונד.
מיטגלידער און סטרוקטור
נאטא און ווארשע פאקט: פארגלייכונג פון די קרעפטן
נאטא און ווארשע פאקט קרעפטן אין אייראפע
נאטא שאצונגען | ווארשע פאקט שאצונגען | |||
טיפּ | נאטא | ווארשע פאקט | נאטא | ווארשע פאקט |
מאנסקראפט | 2,213,593 | 3,090,000 | 3,660,200 | 3,573,100 |
מיליטערישע לופט קרעפטן | 3,977 | 8,250 | 7,130 | 7,876 |
ס"ה אטאקע לופט קרעפטן | NA | NA | 4,075 | 2,783 |
העליקאפטער | 2,419 | 3,700 | 5,720 | 2,785 |
טאקטישע מיסיל ארויסשיסער | NA | NA | 136 | 1,608 |
טאנקען | 16,424 | 51,500 | 30,690 | 59,470 |
אנטי טאנק וואפנס | 18,240 | 44,200 | 18,070 | 11,465 |
געפאנצערטע פיסגייער שלאכט אויטאס | 4,153 | 22,400 | 46,900 | 70,330 |
ארטילעריע | 14,458 | 43,400 | 57,060 | 71,560 |
אנדערע געפאנצערטע אויטאס | 35,351 | 71,000 | ||
געפאנצערטע בריקן אויטאס | 454 | 2,550 | ||
לופט פארטיידיגונג סיסטעמען | 10,309 | 24,400 | ||
סובמארינען | 200 | 228 | ||
סובמארינען (נוקלעאר געטריבן) | 76 | 80 | ||
גרויסע אויבערפלאך שיפן | 499 | 102 | ||
פליגער-טרעגער שיפן | 15 | 2 | ||
פליגער-טרעגער שיפן באוואפנט מיט קרוז מיסילס | 274 | 23 | ||
אמפיביען לאנדונגס שיפן | 84 | 24 |
רעפערענצן
- ↑ The future of U.S.-Soviet relations hearings before the Committee on Foreign Relations, United States Senate, One Hundred First Congress, first session, April 4, 12, 19 and May 3, 15, 18 and June 1 and 20, 1989 (Microfiche) (National government publication ed.). Washington : U.S. G.P.O. p. 325. Retrieved 11 May 2021..