דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון בית אחאב.

בית אחאב (אדער בית עמרי, אכדיש: 𒂍𒄷𒌝𒊑𒄿, "דאס הויז פון עמרי") איז געווען דער דריטער, די מאכטפולסטער, און די זינדיגסטער פון די זיבן דינאסטיעס וואס האבן געהערשט איבער מלכות ישראל. דער דינאסטיע איז געגרינדערט געווארן דורך עמרי, אבער ווערט אנגערופן אין תנ"ך אויפן נאמען פון זיין זון אחאב, וואס איז געווען שטארק פאראנטווארטליך סיי אויף איר מאכט און סיי אויף איר זינדיגקייט. פון בית אחאב האבן געקעניגט אויף מלכות ישראל פיר קעניגן, און אויף מלכות יהודה איין קעניגין, עתליה.

בית אחאב
מדינה מלכות ישראל, מלכות יהודה
מייסד עמרי
השליט האחרון יהורם (ישראל), עתליהו (יהודה)
תאריך ייסוד ג'י"א
תאריך התפזרות ג'נ"ה

געשיכטע

אין יאר ג'י' האט זמרי, א קנעכט פון אלה בן בעשא, אומגעברענגט דער לעצטער אין תרצה און זיך געקרוינט אלץ מלך ישראל. דאס פאלק האט אבער נישט געווען אינטרעסירט אין זמרי'ס קעניגרייך און זיך געקליבן אן אנדערער: טייל האבן אויסגעקליבן עמרי, א גענעראל אין מלכות ישראל, צו זיין קעניג, און טייל האבן געקרוינט תבני בן גינת. נאך א פינף יעריגע קריגעריי האט עמרי איבערגעקומען תבני'ן און געווארן פולקאמער קעניג[1].

עמרי האט אויפגעבויט דאס שטאט שומרון און איר געמאכט דער הויפטשטאט פון מלכות ישראל[1], א זאך וואס האט אנגעהאלטן אלע יארן פונעם קעניגרייך. ער האט אויך איינגענומען מואב און אונטערטעניגט צו אים[2]. עמרי'ס זון אחאב האט נאכמער פארשטערקערט די קעניגרייך, ער האט אויפגעבויט אין שומרון א "בית השן", א פאלאץ באצירט מיט עלעפאנט ביינער[3]; ער האט פארקניפט קשרים מיט די פיניקיער, און געהייראט איזבל דער טאכטער פון אתבעל דער צידונער קעניג[4]. חז"ל זאגן אז אחאב איז געווען א "מושל בכיפה" – ער האט געקעניגט איבער די גאנצע וועלט[5].

אחאב האט זיך אנגעשלאסן אין דער פאקט פון צוועלף קעניגרייכן קעגן אשור, און געשפילט א גרויסע ראלע ביי די קרקר שלאכט[6]. די קעניגן פון בית אחאב האבן כסדר מלחמה געהאלטן מיט ארם; ביי איינע פון די מלחמות איז אחאב אומגעברעגנט געווארן[7], און די פארלוסטן ביי אן אנדערע האט געברענגט דער דינאסטיע צו אן ענדע. דער מלכות איז דערנאך אריבער צו יהוא בן נמשי[8].

אויך נאך וואס בית אחאב איז אונטערגעגאנען אין מלכות ישראל, איז געבליבן דערפון עפעס דווקא איז מלכות יהודה. בינאזאם מיט יהוא'ס קרוינונג אין מלכות ישראל, האט עתליה דער טאכטער פון אחאב פארכאפט די מלוכה אין יהודה און עס אנגעהאלטן פון זעקס יאר[9]. יהואש איר נאכפאלגער איז געווען פון בית דוד, אבער פון זיין טאטן'ס מאמעס זייט איז ער געווען אן אייניקל פון אחאב.

אן אויסדרוק פון בית אחאב'ס מאכט איז דער פאקט אז "עמרי" איז לאנגע יארן פארבליבן א טיטל פאר מלכות ישראל. איבער הונדערט יאר נאך וואס בית אחאב איז שוין אונטערגעגאנגען האבן תגלת פלאסר און סרגון די קעניגן פון אשור זיך באצויגן צו שומרון אין זייערע מאנומענטן אלץ "די לאנד פון עמרי".

עבודה זרה

ווי אלע מלכי ישראל, האבן די קעניגן פון בית אחאב געדינט די עגלים וואס ירבעם בן נבט האט אוועק געשטעלט אין דן און אין בית א-ל. זייער זינד איז אבער הארבער געווארן ווען אחאב האט געהייראט איזבל די צידונ'ע פרינצעסין, און אנגעהויבן דינען בעל דער אפגאט פון די צידונים. אחאב האט געבויט פאר בעל א טעמפל אין שומרוןמלכים א' טז, ער האט זיך געראטן מיט די נביאי הבעל, און איזבל האט פרובירט אויסצו'הרג'ענען אלע נביאי ד'[10]. אליהו הנביא אין אלישע זיין תלמיד האבן געקעמפט קעגן דאס דינען דעם בעל, און דער קאנפליקט איז געקומען צו א קלימאקס ביי די מעמד אויף הר הכרמל[11]. ווי די נביאים האבן געווארנט, איז די דינאסטיע אונטערגאנגען צוליב די זינד פון בית אחאב[8].

ליסטע קעניגן

פאלגענד איז א ליסטע פון די קעניג פון בית אחאב, מיט די יארן פון זייער קעניגרייך. צוערשט קומט די אידישע יארן לויט די חשבונות אין סדר עולם[12].

דערנאך, אלץ רעפערענץ צו די עפאכע אין די אלגעמיינע היסטאריאגראפיע, ווערן געברענגט די אלגעמיינע דאטומען ווי זיי זענען באקאנט אין די אלגעמיינע וועלט. עס זענען דא מערערע מיינונגען צווישן פארשער, גאנגבאר זענען די פון וויליאם אלברייט, עדווין טיילע, גרשון גליל און קענעט קיטשען.

עס איז אנגעמערקט געווארן אז אין די צייטן פון בית אחאב האט מען נישט גערעכט די קרוינוגס יאר אלץ א באזונדערע יאר, דאס מיינט אז די צאל יארן פון אלע קעניגן זענען "מקוטעים".

מלכי בית אחאב
קעניג צאל יארן אין פסוק מצודות אלברייט טיילע גליל קיטשען פטירה
עמרי 12 כ"ז לאסא ג'י"א-ג'כ"ב 876-879 885-874 886-875 886–875 געשטארבן נאטורליך
אחאב בן עמרי 22 ל"ח לאסא ג'כ"ב-ג'מ"ג 869-850 874-853 873-852 875-853 פארוואונדערט געווארן פון א פליעדנע פייל, געשטארבן אקומענדיג קיין שומרון
אחזיהו בן אחאב 2 י"ז ליהושפט ג'מ"ג-ג'מ"ד 850-849 853-852 852-851 853-852 געפאלן פון א פעסנטער אויפן דאך
יורם בן אחאב 12 י"ח ליהושפט ג'מ"ד-ג'נ"ה 849-842 852-841 851-842 852-841 גע'הרג'ט געווארן דורך יהוא בן נמשי
עתליה בת עמרי 6 (שטייט נישט קלאר) ג'נ"ו-ג'ס"א 842-837 841-835 842-835 841-835 אומגעברענגט דורך מיליטער לייט געשיקט דורך יהוידע כהן גדול

ארכיאלאגיע

פון בית אחאב איז געליבן א היבשע צאל ארכיאלוגישע איבערבלייבענישן. אין שומרון האט זיך אפירגעזוכט א פאלאץ באצירט מיט סקולפטורן פון עלעפאנט ביינער, ווארשיינליך דער "בית השן"[13]. אזוי אויך איז געטראפן געווארן דארט א הייל פון קברים, וואס טייל זעען אלץ די קברים פון עמרי און אחאב[14]

אזוי אויך זענען פארבליבן ארכיאלאגישע שפורן פון בית אחאב אין קעניגליכע מאנומענטן פון אנדערע פעלקער. דער מישע מאנומענט האט אן אויפשריפט אין וואס מישע מלך מואב דערציילט ווי אזוי עמרי און זיין זון האבן אים אונטערדרוקט, און גרויס זיך מיט זיין זיג איבער זיי[2]. דער תל דן אויפשריפט איז פון חזאל מלך ארם וואס גרויסט זיך מיט זיין געווינסן איבער די אידישע קעניגן. אין דער מאנאליט פון כורח באריכטעט שלמנאסר איבער דער קרקר שלאכט אין וואס אחאב האט געשפילט א גרויסע ראלע[6].

ערווענונגען פון "בית עמרי" ביי אשור

אין די פאלגענדער טאבעלע זענען אויסגערעכנט ווען און וואו "בית עמרי" אדער "דאס לאנד פון עמרי" ווערט ערווענט אין אשור'ישע קוועלער[15].

קעניג אויפשריפט יאר טראנסליטיראציע איבערזעצונג
שלמנאסר ג' שווארצע אבעליסק און נאך 841 אצ"ר מַר חוּמרִי "דאס הויז פון עמרי"
אדד-ניררי ג' נמרוד שטיין 803 אצ"ר כּוּר בִּית חוּמרִי "דאס לאנד פון דאס הויז פון עמרי"
תגלת פלאסר ג' שטיקלעך פון די אנאלען 731 כּוּר אִי חוּמרִי "דאס לאנד פון עמרי"
סרגון ב' פאלאץ טיר און נאך 720 מַת כּוּר בִּית חוּמרִי "דאס גאנצע לאנד פון דאס הויז פון עמרי"

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 מלכים א' טז
  2. 2.0 2.1 מצבת מישע, געברענגט אין:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    זאב וילנאי, מדריך ארץ ישראל, ירושלין, תש"ו, זייט 111
  3. מלכים א' כב, לט, און רש"י אויפן ארט
  4. מלכים א' טז, לא
  5. מגילה יא, א, פרקי דרבי אליעזר פרק יא
  6. 6.0 6.1
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יהודה קיל, יהודה אליצור, אטלס דעת מקרא, ירושלים, תשנ"ח, זייט 256
  7. מלכים א' כב, לד
  8. 8.0 8.1 מלכים ב' ט
  9. מלכים ב' יא
  10. מלכים א' יח, ד
  11. מלכים א' יז און ווייטער, מלכים ב' א און ווייטער
  12. די ליסטע פאלגענד איז באזירט אויף אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסורת, תל אביב, תש"ג
  13. זע:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יהודה קיל, יהודה אליצור, אטלס דעת מקרא, ירושלים, תשנ"ח, זייט 256
  14. Norma Franklin, Lost Tombs of the Israelite Kings, Biblical Archaeology Review, July-August 2007
  15. Kelle, Brad (2002), "What's in a Name? Neo-Assyrian Designations for the Northern Kingdom and Their Implications for Israelite History and Biblical Interpretation", Journal of Biblical Literature, 121 (4): 639–666