רוי:רבי יצחק מנחם מענדל דאנציגער

ווערסיע פון 22:21, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
רבי יצחק מנחם מענדל דאנציגער
געבורט ה'תר"ם
אלעקסאנדער
פטירה כ"ג אלול ה'תש"ג
טרעבלינקע פארניכטונגס לאגער
כינוי "עקידת יצחק"
מקום קבורה קיין
טעטיגקייט אָרט אלעקסאנדער
דינאסטיע אלעקסאנדער
קינדער פופצן (זעקס זין און ניין טעכטער)
4'טער אלעקסאנדער'ער רבי
תרפ"ד - כ"ג אלול תש"ג
רבי יהודה משה דאנציגער (טיבערג), זיין פעטער'ס איידעם ←


רבי יצחק מנחם מענדל דאנציגער (ה'תר"ם-כ"ג אלול ה'תש"ג) איז געווען פון די גרעסטע אדמו"רים אין זיין דור, און איז געווען דער פערטער רבי פון אלעקסאנדער. ער איז אומגעקומען אין טרעבלינקע פארניכטונגס לאגער.

יונגע יארן

יצחק מ"מ איז געבוירן אין אלעקסאנדער, לעבן לאדזש, פוילן, אין ה'תר"ם צו זיין פאטער רבי שמואל צבי דאנציגער, דער דריטער אלעקסאנדער רבי, מחבר פון "תפארת שמואל", א זון פונעם ערשטן אלעקסאנדערער רבי, רבי יחיאל דאנציגער, און צו זיין מוטער שרה רבקה גארמאן.

ער האט געלערנט ביי זיין פעטער רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער, דער "ישמח ישראל" פון אלעקסאנדער. שפעטער האט ער געלערנט ביי זיין פאטער.[1]

רביסטעווע

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תרפ"ד האט מען אים באקרוינט רבי פונעם אלעקסאנדערער הויף, ווען ער איז געווען אלט 44 יאר. ער האט געלייגט א דגש אויף ענווה, אהבת ישראל אויף קירוב רחוקים. אויך האט ער שטארק מקפיד געווען אויף געבן צדקה יעדן טאג און דאווענען מיט א מניין, און ער האט דאס פארלאנגט פון זיינע חסידים.[1]

ער האט אויפגעשטעלט די "בית ישראל" ישיבה אין אלעקסאנדער און א ישיבה אין לאדזש. הונדערטער חסידים פלעגן קומען צו פארן יעדן שבת, און ימים טובים זענען געקומען טויזנטער. ביי זיין פירערשאפט האט דאס אלעקסאנדערער געוואקסן צו איינע פון די צויי גרעסטע חסידותן אין פוילן.

פאמיליע

רבי יצחק מ"מ האט חתונה געהאט מיט חנה, טאכטער פון ר' מיכאל אויערבאך. זיי האבן געהאט פערצן (אדער פופצן) קינדער. כמעט די גאנצע משפחה איז אומגעקומען אין חורבן אייראפע, כולל אלע אייניקלעך, אין טרעבלינקע. וואס מען ווייסט פון זיינע קינדער זענען:

  • רבי אברהם חיים - געפירט א רעביסטעווע ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט; ער איז געווען דער לעצטער רבי צו פירן אין אלעקסאנדער. די נאציס האבן אים געזוכט, און ער איז אנטלאפן קיין לאדזש, און נאכהער קיין ווארשע, וואו ער האט געפירט ווייטער. כדי צו ראטעוון זיך פון די פארטרייבונגען האט ער געארבעט אין א ווארשטאט פאר שיך, אבער ענדלעך האט מען אים געשיקט קיין טרעבלינקע וואו ער איז אומגעקומען אין תש"ג.[2]
  • הרב יחיאל - רב אין מאקאוו לעבן ווארשע. אום פורים תש"ג איז ער געוועם איינער פון די רבנים וואס האבן זיך באהאלטן אין דעם בונקער אינעם הויז פון הרב שלמה אלימלך ראבינאוויטש פון קרימלאוו.
  • רבי יעקב בונם - געפירט אין דער ווארשעווער געטא. איינער פון די רבנים וואס האבן זיך פורים תש"ג באהאלטן אין דעם בונקער אינעם הויז פון הרב שלמה אלימלך ראבינאוויטש פון קרימלאוו.
  • הרב ירחמיאל ישראל יוסף - האט געהייראט טויבע חוה, טאכטער פון נתן דוד פון פארצעווע. זי איז נפטר געווארן אין אלעקסאנדער תמוז תרצ"ט. זייערע קינדער: שרה רחל, רויזא אסתר, שמואל נתן דוד.
  • רבי שמואל - אזוי ווי זיין ברודער ר' אברהם חיים, האט ער געפירט א רעביסטעווע אין אלעקסאנדער.
  • יעקב פינחס שרגא פייוול - בן זקונים וואס איז נפטער געווארן א בחור אום י"ג אדר ה'תרצ"ח.
  • רויזא מינדיל - ווייב פון הרב אלימלך שפירא, ראב"ד גלאבנע, זון פון הרב פישל ראב"ד בלוינא. זייערע קינדער: ירחמיאל יעקב שרגא און מלכה. אלע זענען אומגעקומען.
  • פייגא - ווייב פון ר' אלטער חיים בוימגארטן. זייערע קינדער: חיה רויזא, מלכה און שמואל צבי. אלע זענען אומגעקומען.
  • הינדה פערל - ווייב פון רב יוסף הלוי הורוויץ-שטערנפעלד, בן ר' ברוך קלמיש, דער כענטשינער רבי פון פילץ. זייערע קינדער: יחיאל, שמואל צבי און אסתר ברכה. אלע זענען אומגעקומען.
  • אסתר מלכה - ווייב פון ר' יעקב יחזקאל הכהן רבינאוויטש, בן ר' נתן נחום, קרימלאווער רבי. זייערע קינדער: שמואל צבי און שרה יהודית. אלע זענען אומגעקומען.
  • רחל - ווייב פון רב מנחם מענדל האלבערשטאם, בן הרב נחום, ראב"ד אשציסק. זייערע קינדער: שמואל צבי, רוזה פייגה ושרה אסתר. רחל, בעלה וזייערע קינדער זענען אומגעקומען.
  • לאה - ווייב פון רבי חיים הלוי האלשטאק, בן ר' יחזקאל, דער אסטראווצער רבי. זייער זון: שמואל צבי. אלע זענען אומגעקומען.
  • סימא - רביצין פון רבי שלמה דוד יהושע וויינבערג, סלאנימער רבי, זון פון אברהם, דער "בית אברהם", פריערדיגער סלאנימער רבי. זייער טאכטער: שרה אסתר. אלע זענען אומגעקומען ביים חורבן אייראפע.
  • מרת בריינדיל - ווייב פון רב נפתלי צבי בארנשטיין, זון פון רבי שמואל בארנשטיין, דער "שם משמואל" פון סאכאטשאוו
    • שמואל.
  • דבורה הדסה.

פטירה

ווען די נאציס זענען אריין אין פוילן, איז ער געפארן מיט זיין משפחה אין ווארשע. מען האט אריינגענומען רבי יצחק מענדל אין שולצנס שיך פאבריק, צוזאמען מיט דעם פיאסעצענער רב און אנדערע אדמורי"ם.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 מנשה אונגאר, אדמורי"ם שנספו בשואה, עמודים 164-167, ירושלים תשס"ז
  2. פנינה מייזליש, רבנים שנספו בשואה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!