רוי:מונקאטשער הייזער

ווערסיע פון 20:20, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
מונקאטשער הייזער
די שול אין תרצ"ג

מונקאטשער הייזער איז א געגנט אין ירושלים אין שכינות צו "בתי ראנד". אויפגעשטעלט דורך דעם מונקאטשער רב, רבי חיים אלעזר שפירא, דער "מנחת אלעזר", פאר די עולים פון מונקאטש און געגענטן וואס זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל.

אין צענטער פון געגנט שטייט דער "בית המדרש תפארת צבי" אויפן נאמען פונעם דרכי תשובה.

אמאל האט עס געהערט צום מונקאטשער כולל און צו די 10 געגענטן פון צדקת רבי מאיר בעל הנס.

אין תרצ"ג, האט דער מנחת אלעזר באזוכט די געגענט, ביי זיין איינציגסטע באזוך, ווען ער איז געקומען באזוכן דעם "סבא קדישא" רבי שלמה אליעזר אלפאנדרי וואס האט געלעבט איבער די הונדערט יאר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!