רוי:יצחק מאיר לעווין

ווערסיע פון 17:50, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")

מוסטער:אינמיטען בארבייטען

יצחק מאיר לעווין
1'טער מיניסטער פאר סאציאלע ענינים
15 מאי 194818 סעפטעמבער 1952
כנסת דעפוטאט
14 פעברואר 19497 אויגוסט 1971
כנסות 1 - 7
אנזיכטיגע אמטן
  • פארזיצער פון וועלט אגודת ישראל

רבי יצחק "איטשע" מאיר לעווין (י"ג שבט ה'תרנ"ג - ט"ז אב ה'תשל"א) איז געווען דער פירער פון אגודת ישראל און דער ערשטער מיניסטער פאר סאציאלע ענינים אין ישראל. ער איז געווען אן איידעם ביים גערער רבי'ן, רבי אברהם מרדכי אלטער.

אין פוילן

איטשע מאיר לעווין איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרנ"ג אינעם שטעטל גער לעבן דער הויפטשטאט ווארשע אין פוילן (דעמאלסט א טייל פון דער רוסלענדישער אימפעריע), צו הרב הירש העניך הכהן לעווין רב פון בענדין, און צו פייגא, טאכטער פונעם גערער רבי דער שפת אמת. ער האט געהייראט זיין קוזינע דבורה מאַטיל אלטער, טאכטער פון זיין פעטער דער גערער רבי הרב אברהם מרדכי אלטער.

אין 1930 איז ער געוויילט געווארן פארזיצער פון אגודת ישראל אין פוילן. ער האט באגלייט זיין שווער עטליכע מאל ווען ער האט באזוכט ארץ ישראל. אין 1933 האט די פוילישע פאליציי אים ארעסטירט מיט'ן חשד פון האלטן נארקאטיק, ווען אין אמת'ן האט ער געהאלטן א זעקל ארץ ישראל ערד וואס ער האט געברענגט פונעם ארומגעגנט פון קבר רחל און דער מערת המכפלה.[1]. ביי דער כנסיה גדולה אין מארינבאד אין 1937 האט מען אים געוויילט צו דער פארקלענערטער פארוואלטונג פון אגודת ישראל[2] און אויך ווי איינער פון צוויי פארזיצער פון דעם וועלטס וועד הפועל של אגודת ישראל; אין 1939 איז ער געוויילט געווארן פארזיצער פון דעם וועלטס וועד הפועל.

ער איז געווען איינער פון די וואס האבן אויפגעשטעלט דעם יסודי התורה חינוך נעצוווערק פאר יונגלעך און דעם בית יעקב פאר מיידלעך.

צווישן די יארן 1937–1939 האט ער געדינט ווי א דעפוטאט אין דעם פוילישן סיים אלס דעלעגאט פון אגודת ישראל, פאר דעם ווארשעווער ווייל־געגנט.

ווען דייטשלאנד האט איינגענומען פוילן האט אדם טשערניאקאוו באשטימט לעווין א מיטגליד אינעם יודנראט. א חודש נאכהער איז לעווין אנטלאפן פון פוילן.


זעט אויך

רעפערענצן

דרויסנדע לינקס

  • [1],"דאס אידישע ווארט"

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!