רבי ישעיה שטיינער
רבי ישעיה שטיינער (ווערט גערופן רבי ישעי'לע קערעסטירער; ה'תרי"א, - ג' אייר ה'תרפ"ה) איז געווען דער ערשטער קערעסטירער רבי, און האט געוואוינט אין קערעסטיר אין אונגארן.
געבורט |
ה'תרי"א זבאראוו נעבן בארדיוב (היינט אין סלאוואקיע) | ||
---|---|---|---|
פטירה |
קערעסטיר | ||
מקום קבורה | קערעסטיר | ||
רבי'ס |
רבי צבי הירש פון ליסקא רבי חיים האלבערשטאם רבי מרדכי לייפער (נאדווארנא) | ||
ווייב | שרה טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק | ||
דינאסטיע | קערעסטיר | ||
קינדער | רבי אברהם שטיינער און נאך | ||
|
ביאגראפיע
רבי ישעי'לע איז געבוירן געווארן תרי"א-תרי"ב (1851) צו רבי משה און מרת הענטשא מרים שטיינער, אין דארף זבאראוו נעבן בארדיאוו (היינט צוטאגס אין סלאוואקיע). ווען ער איז אלט געווען בלויז דריי יאר איז זיין טאטע נפטר געווארן. אין עלטער פון צוועלף יאר האט אים זיין מאמע געשיקט קיין ליסקא, צו רבי צבי הירש פון ליסקא, וועלכער האט אים געשיקט לערנען אין סעמיהאלי. נאך א האלבע יאר איז ער פון דארט צוריק קיין ליסקא און האט געלערנט עטליכע יאר ביי רבי צבי הירש, וואס האט אים מיט די צייט אויך אויפגענומען אלס אייגענעם משמש בקודש. אום ד' ניסן ה'תרל"ה האט ער חתונה געהאט מיט שרה, א טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק פון מאד.
ער פלעגט אויך פארן צו רבי מרדכי פון נאדווארנא, רבי שמואל פרענקל פון דאראג, רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז, און נאך. ער איז אלעמאל געבליבן נאנט צו זיין רבי'ן פון ליסקא, און במשך זיין גאנצע לעבן פלעגט ער זיך אונטערשרייבן אלס זיין משמש[1].
נאך די פטירה פון רבי צבי הירש פון ליסקא איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבי מרדכי פון נאדווארנא אלס רבי אין ליסקא (צו דער זייט פון רבי חיים פרידלענדער, איידעם פון רבי צבי הירש), אבער נאך אנגעצויגנקייט און רדיפות פון חסידים וואס האבן דאס נישט אנגענומען האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין קערעסטיר נעבן מישקאלץ[2]. אנקומענדיג קיין קערעסטיר איז ער געווארן בארימט אלס א גרויסער "בעל מופת", און טויזנטער אידן זענען צו אים געפארן, און אים געשיקט קוויטלעך. ער פלעגט צומאל אויך געבן קמיעות פאר ישועות.
רבי ישעי'לע איז געווען א גרויסער מכניס אורח. ער האט געטיילט ריזיגע געלטער פאר צדקה, און ווען ער האט נישט געהאט אייגנס צו געבן האט ער געבארגט פאר דעם צוועק[3].
אין יאר תרפ"ה, ווען רבי ישעי'לע איז געווען אין צאנז צום יארצייט פון רבי חיים האלבערשטאם (כ"ה ניסן), האט ער ארויפגעטרעטן אויף א פארזשאווערטע נאגל וואס האט אים געברענגט פארגיפטיגונג. ער איז נפטר געווארן עטליכע טעג דערויף, ג' אייר תרפ"ה (1925). צו זיין לוויה זענען זיך צוזאמגעקומען טויזנטער אידן פון די געגנטער ארום קערעסטיר, און צוליב דעם געדרענג האט מען אויפגעגראבן א מקוה אין הויף פונעם נפטר און אים דארטן גע'טובל'ט, אנשטאט צו פירן צו דער געווענליכער מקוה. ביי די לוויה זענען נישט געזאגט געווארן קיין הספדים, לויט זיין פארלאנג, און ער איז באהאלטן געווארן אין קערעסטיר.
נאך זיין פטירה האט זיין זון רבי אברהם אים איבערגענומען, אבער איז אוועק ווייניגער ווי צוויי יאר דערויף, ווען אויף זיין ארט איז געקומען זיין איידעם, רבי מאיר יוסף רובין, וואס איז ערמארדעט געווארן דורך די נאציס אין אוישוויץ.
פאמיליע
אכט פון זיינע צוועלף קינדער זענען אוועק אין די יוגנט[4], די פארבליבענע זענען ווי פאלגנד:
אנדענק
יארן לאנג איז דער ציון איבער זיין קבר געווען א קליינע און צעבראכענע; אין יאר ה'תשע"ג האט מען עס איבערגעבויט און פארברייטערט, און פון דעמאלט קומט ארויף א גרויסער ציבור דורכאויס דעם יאר, און איבערהויפט אום ג' אייר צום יארצייט[6].
איידער זיין פטירה האט רבי ישעי'לע באפוילן זיינע קינדער אז זיי זאלן ממשיך זיין זיינע פעולות פון צדקה וחסד, און ביזן היינטיגן טאג זענען זיינע אייניקלעך עוסק אין די ענינים. אין די לעצטע יארן דרוקט זיך דאס אויס, צווישן אנדערע, דורך צושטעלן עסן און טרינקען אין די הויז פון רבי ישעי'לע אין אונגארן[7]. די רב להושיע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל פארטיילט פאר טויזנטער בעיביס צו עסן, אויפ'ן נאמען פון רבי ישעי'לע. אין אסאך פלעצער איבער דער גארער וועלט טיילט מען עסן און טרינקען, אויף אסאך סארטן פלאטפארמעס, דורכאויס דעם גאנצן יאר און איבערהויפט אין טאג פון זיין יארצייט[8].
עס זענען דא וואס האלטן זיינס א בילד אלס א סגולה צו דערווייטערן מייז[9], טראץ וואס ביי די אייניקלעך איז אנגענומען אז עס האט נישט קיין אמת'ן מקור, און רבי ישעי'לע אליין האט זיך קעגנגעשטעלט צו אים פאטאגראפירן[10].
אין נחליאל איז אויפגעשטעלט געווארן "ישיבת ישועת מרדכי" לזכרו[11].
ליינט מער
- יוסף מרדכי גינצלער, מי באר ישעיהו, טארנא סלאוואקיי תרפ"ח
- משה יוסף פרידלענדער, בתי אבות, ירושלים תשכ"ה
- ישראל יעקב וידאווסקי, תולדות הצדיק ר' ישעיה'לע מקערעסטיר, מכון אבן ישראל, ירושלים תשנ"ו
- שלום אליעזר ליכטענשטיין, מנחם מענדל רובין (עורכים), מופת הדור, ברוקלין תשע"א
- פנחס מילער, קהלת קריסטיר, עולמו של אבא, (דאונלאוד), עמ' קנב-קנה
דרויסנדע לינקס
- "קערעסטיר" טעג - אויף 'קברי צדיקים' זייטל
- תולדות אויף 'תולדות זייטל
- די וואונדערליכער כאַראַקטער פון רבי ישעי'לע פון קערעסטיר - אויף JDN זייטל
רעפערענצן
- ↑ ”הק' ישעי' בן מו"ה משה ז"ל שהי' משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע”. פאָטאָגראַפיע פון די חתימה איז פארהאן אין ספר פון הרב וידאווסקי זייט 13
- ↑ מופת הדור עמוד ע"ז
- ↑ מי באר ישעיהו, עמ' לח
- ↑ זעט א שמועס אויף אייוועלט.
- ↑ ליינט איבער אים דא
- ↑ טויזנטער אויף זיין ציון אויף JDN זייטל
- ↑ "Rabbiház" – "רבי ישעי'לעס הויז" אויף גוגל מאפעס
- ↑ זעט איבער רבי ישעי'לעס גאסטהויז, אונטער די אנפירערשאפט פון הרב משה יוסף פריעדלענדער; זעט וועבזייטל "רבי ישעי'לעס קאך", אן ארגאניזאציע וואס גיבט הילף און ראט פאר פאמיליעס אין נויט;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "לשובע קרית יואל א רעוואלוציע בעולם החסד 61869", אשכול אויף אייוועלט, א קאך וואו מען געבט צו עסן פאר אידן אין אנדענק פון רבי ישעי'לע - ↑ אויף דרשו זייטל
- ↑ מופת הדור זייט ת"צ
- ↑ די ישיבה זייטל