רוי:הערמאן וואק

ווערסיע פון 11:20, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
טעקע:Time cover.jpg
אויף טיים מאגאזין דעקל אין 1955

הערמאן וואָק (ענגליש: Herman Wouk; ‏27סטן מאי 1915, י"ד סיון ה'תרע"ה - 17טן מאי 2019, י"ב אייר ה'תשע"ט) איז געווען א וועלט בארימטער אמעריקאנער שרייבער, און היסטאריקער, וואס האט געוואונען א פוליצער פריז. ער האט געדינט אלס סאלדאט אין דער צווייטער וועלט מלחמה, און איז דערנאך געווארן א בעל תשובה. [מקור פארלאנגט]

ער איז געבורין אין ניו יארק אין א אידישער משפחה וואס האט עמיגרירט פון רוסלאנד.

אין 1945 האט ער חתונה געהאט מיט בעטי שרה ברוין.

זיינע ווערק זענען דערנאך געווארן האליוואד פילם'ס ווי "ווארלד ענד רעמעמברענס" (וועלט אין זכרון) "ווינדס וואר". (ווינטן פו מלחמה) אלע דעטאלן איבער די 2'טע וועלט מלחמה, געזאמלט דורך א שטאב פון שרייבער אונטער זיין אנפירערשאפט, וואס איז היינט צוטאגס די בעסטע אויפגעכאפסטע נאראטיוו וואס כאראניקלירט יענע שטורמישע תקופה מיט א שטארקע פונקטליכקייט און אינטערסאנטע מעשה וואס ציעט די ליינער.

אויך צוויי אנדערע נאוועלעס געווארן וועלט בארימטע בראדוועי שוי'ס וואס שפילט נאך היינט 60 יאר שפעטער פון ווען עס איז דער ערשטער מאל ערשינען.

ער האט געשריבן צוויי ביכער איבער אידישקייט: 1. This is My G-d (דאס איז מיין גאט) און נאך איינס The Will to Live On ' ווי ער שרייבט אראפ זייער שיין זיינע געפילן אויף א הארציגען טאלאנטפולען אופן אריינצילייגן ליבע און געפיל אין יעדער מצווה און ימים טובים. די בוך האט שוין געמאכט גאר אסאך בעלי תשובות און אפילו גרים וואס זענען געווארן פארליבט אין דעם אידישן גאט און זיינע מצוות.

אין די צוויי ביכער מאלט ער אראפ זיין זיידן וואס איז געווען א רב אין רוסלאנד, און האט עמיגרירט קיין אמעריקע און טאג און נאכט געלערנט תורה, און נישט געקענט קיין טראפ ענגליש, און האט אים געלערנט תורה אלס קינד, וואס ער איז שפעטער אויסגעוואקסן אלס אמעריקעס בעסט סעלער שרייבער, וואס דאס האט אים שפעטער אויפגעוועקט צו אידישקייט.

ער האט לעצטנס געשריבן צוטאגס פון זיין היים אין פאלם ספרינגס, קאליפארניע. ביז די הונדערט און צוואנציג. דריי קינדער, איינער "אברהם אייזיק ע"ה" איז געשטארבן אין א טראגישע עקסידענט און ווארלד אפ רעמעמברענס איז געשריבן לעילוי נשמתו. וואק איז נפטר געווארן אין זיין שלאף דעם 17טן מאי 2019, ביים עלטער פון 103.

דרויסנדע לינקס



בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענליכקייטן                       

מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | ישיבת אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל

אקטיווע פערזענליכקייטן: רבי אורי זוהר | הרב אמנון יצחק | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן | רבי יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | רבי עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!