רוי:רבי אורי זוהר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אורי זוהר

רבי אורי זוהר (ח' מרחשון תרצ"ו – ג סיון ה'תשפ"ב) איז געווען א באקאנטער בעל תשובה אין ישראל, וואס איז אין זיין פרייען לעבן געווען שטארק פאפולער אויף טעלעוויזיע און פילמס אלס קאמיקער.

משפחה

אין אנהייב פון די 60ער יארן איז אורי זוהר געווען פארהייראט צו דער זינגערין אילנה רובינא צוויי יאר. שפעטער האט ער חתונה געהאט מיט דער אקטריסע אליה שוסטער. זיי וואוינען אין ירושלים, און האבן זיבן קינדער. די צוויי עלטסטע זין, אפרים און שלום, וואס האבן געהייראט שירי און יאסמין, טעכטער פון אריק איינשטיין, וואס אויך זענען געווארן בעלי תשובות מיט זייער מוטער. די חתונה פון אפרים פישל מיט שירי איז געווארן באריכטעט אין 1985 אין רנן שור'ס קורצן פילם, "חתונה בירושלים". נאך א זון, בצלאל, פירט די מגדל אור מוסדות פון הרב רבי יצחק דוד גראסמאן. דער יונגסטער זון, דוד, איז דער פארלאמענטארער העלפער פונעם חרדישן כנסת דעפוטאט אורי מאקלעוו. זיי האבן איין טאכטער, אחינועם.

ער איז געווען פון די הויפט עסקנים פאר דער לב לאחים קירוב ארגאניזאציע.

ער איז נפטר געווארן ג סיון ה'תשפ"ב, אין עלטער פון 86 יאר, אין זיין שטוב אין ירושלים, נאכדעם וואס ער האט געכאפט א הארץ אטאקע.

דרויסנדע לינקס

בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענליכקייטן                       
Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | ישיבת אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל

אקטיווע פערזענליכקייטן: רבי אורי זוהר | הרב אמנון יצחק | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן | רבי יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | רבי עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!