רבי מרדכי דוב טווערסקי
רבי מרדכי דוב טווערסקי (כ"ט כסלו ה'ת"ר – כ"ב אלול ה'תרס"ג), איז געווען דער רב פון הארנסטייפל, און גרינדער פון הארנסטייפלער הויף.
געבורט |
כ"ט כסלו ה'ת"ר הארנסטייפל, אוקראינע | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה | כ"ב אלול ה'תרס"ג (אלט: 63) | ||||
וואוין אָרט | טשערקאס, הארנסטייפל | ||||
רבי'ס | זיין זיידע רבי יעקב ישראל טווערסקי | ||||
ספרים | עמק שאלה, עמק החכמה, פלא יועץ, חיבור לטהרה, תורי זהב | ||||
ווייב | רייצא בת רבי חיים האלבערשטאם | ||||
|
אפשטאם
רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארנסטייפל צו רבי משולם זוסיא אויערבאך, רב אין טאלמיטש, (א זון פון רבי מיכל'ע קירימער, א זון פון רבי הערש מענדל פון האניפאלי, א זון פון רבי משולם זושא פון האניפאלי), און צו מרת שטערנא פייגא, א טאכטער פון רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס. רבי מרדכי דוב האט געהייסען נאך די צוויי זיידעס רבי מרדכי פון טשערנאביל און רבי דובער פון ליובאוויטש. ביי די זעקס (אדער ניין) יאר איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין מוטער; ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר פאטער דער טשערקאסער, און ער האט דעריבער געטוישט זיין פאמיליע נאמען פון אויערבאך אויף טווערסקי.
ביי די דרייצן יאר האט אים דער צאנזער רב, רבי חיים האלבערשטאם, גענומען אלס חתן פאר זיין טאכטער רייצא, איידער ער האט אים אמאל געזען. וויבאלד רבי מרדכי דוב האט, ווי אלע טשערנאבלער אייניקלעך, נישט געהאט קיין ערלויבעניש ארויסצופארן פון דער רוסישע אימפעריע, איז די חתונה פארגעקומען אין הוסיאטין, וואס האט זיך געפונען אויף דעם גרעניץ צווישען רוסלאנד און גאליציע (אין דער עסטרייכער אימפעריע).
רבי מרדכי דוב איז געווען א בארימטער תלמיד חכם און ער האט זיך געשריבן מיט פארשידענע גדולים אין זיין דור.
רבנות
אין יאר ה'תרכ"ג איז ער געשטעלט געווארן אלס רב און רבי פון הארנסטייפל אויפ'ן באפעל פון זיין זיידן, וועלכער האט זיך געצויגן פון הארנסטייפל קיין טשערקאס דריי יאר פריער. ער האט אויך געפירט צענדליגע שטעטלעך אין אומגעגנט, וועלכע זענען געווען פאררעכנט די גלילות פון הארנסטייפל. נאך וואס זיין זיידע איז נפטר געווארן, אין י"ג אלול ה'תרל"ו (1876), איז זיין חסיד'ישער הויף פארברייטערט געווארן ווען אסאך טשערקאסער חסידים זענען אריבער צו אים, און ער איז געווען פון די גרעסטע רבי'ס אין אוקראינע. ער האט געפירט די רבי'סטעווע 40 יאר, דורכאויס וועלכע ער האט זיך אסאך געשריבן מיט די אדמו"רים אין זיין דור.
רבי מרדכי דוב איז נפטר געווארן אום כ"ב אלול ה'תרס"ג. זיין רביצין מרת רייצא איז נפטר געווארן כ"ה תמוז ה'תרע"ח.
קינדער
- שטערנא פייגא (ג' תמוז ה'תרי"ז - ), די ווייב פון רבי נחום זלמן שניאורסאהן, רב אין טשערקאס.
- חיה מלכה (א' תשרי ה'תרכ"ג - ), די ווייב פון רבי משה גוטערמאן, רב אין קיעוו, א זון פון רבי דוד גיטערמאן פון סאווראן.
- רבי אהרן אלימלך שניאור זלמן טווערסקי (ה'תרכ"ד - י"ט חשוון ה'תרפ"ד), פון קראָסנא, ער האט געהייראט מרת רוזלא א טאכטער פון רבי משה הורוויץ פון ראזוואדאוו.
- שרה מרים (ד' תמוז ה'תרכ"ה - ), די ווייב פון איר פעטער רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט.
- רבי חיים משה צבי טווערסקי (ט' אדר ה'תרכ"ו - כ' כסליו ה'תרצ"ד), ער האט געהייראט מרת מרגלית בת-ציון א טאכטער פון רבי מנחם נחום טווערסקי פון רחמיסטריווקא.
- רבי בן ציון יהודה לייב טווערסקי, (כ"א תשרי ה'תרכ"ח - כ"ח טבת ה'תשי"א) ער האט געהייראט מרת רחל א טאכטער פון רבי יצחק יואל ראבינאוויטש פון קאנטיקוזיבה, ער איז נפטר געווארן אין שיקאגא, אמעריקא.
- יוכבד רבקה (י"ז סיון ה'תרכ"ט - סוכות ה'תש"א), די ווייב פון רבי אלישע האלבערשטאם פון גארליץ.
- רבי ברוך דוד טווערסקי (ח' אדר ה'תרל"ה - כ"ח כסלו ה'תרפ"ו), ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון רבי שלמה זלמינא, פון ראשקוב, ער איז נפטר געווארן אין וויען.
- אסתר הענדל, די ווייב פון רבי חיים ישעיה שניאורסאהן, זון פון רבי שלום דובער שניאורסאן פון רעטשיצע.
זיינע ספרים
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע עמק שאלה, שו"ת.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע עמק החכמה, ביאורים על התורה בדרך פלפול.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע פלא יועץ, דרושים בדרך החסידות על התורה און מועדים.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע חיבר לטהרה, אויף הלכות נטילת ידיים און הלכות מקוואות.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע תורי זהב, אויף הלכות ריבית.- נאך א כתב יד, כד הזהב, אויף ענייני קבלה, איז פארניכטעט געווארן אין די פאגראמען פון תרע"ח-תר"פ (1918–1920).
זעט אויך
צו ליינען מער
- אהרן סורסקי, מרביצי תורה מעולם החסידות, חלק ב, בני ברק, תשמ"ז, עמ' כא-סא.
- בצל הקודש, מכון "נר שלמה" הארנסטייפל" תמוז תש"ס
- הרב צבי בריננער, רבינו הקדוש מראצפערט, מכון "זכרון משה", בני ברק תשס"ח, עמ' לו-מא, שלה-שמה.
דרויסנדע לינקס
- הרב צבי בריננער, רבינו הקדוש מהארנסטייפל, מכון "זכרון משה", בני ברק, שבט תשע"ז.