רבי מרדכי דוב טווערסקי

רבי מרדכי דוב טווערסקי (כ"ט כסלו ה'ת"רכ"ב אלול ה'תרס"ג), איז געווען דער רב פון הארנסטייפל, און גרינדער פון הארנסטייפלער הויף.

הארנסטייפלער רבי
רבי מרדכי דוב טווערסקי
ספר "רבינו הקדוש מהארנסטייפל" (cropped).jpg
געבורט כ"ט כסלו ה'ת"ר
הארנסטייפל, אוקראינע
פטירה כ"ב אלול ה'תרס"ג (אלט: 63)
וואוין אָרט טשערקאס, הארנסטייפל
רבי'ס זיין זיידע רבי יעקב ישראל טווערסקי
ספרים עמק שאלה, עמק החכמה, פלא יועץ, חיבור לטהרה, תורי זהב
ווייב רייצא בת רבי חיים האלבערשטאם
ערשטער אדמו"ר פון הארנסטייפל
ה'תרכ"גכ"ב אלול ה'תרס"ג

אפשטאם

רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארנסטייפל צו רבי משולם זוסיא אויערבאך, רב אין טאלמיטש, (א זון פון רבי מיכל'ע קירימער, א זון פון רבי הערש מענדל פון האניפאלי, א זון פון רבי משולם זושא פון האניפאלי), און צו מרת שטערנא פייגא א טאכטער פון רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס. רבי מרדכי דוב האט געהייסען נאך די צוויי זיידעס רבי מרדכי פון טשערנאביל און רבי דובער פון ליובאוויטש. ביי די זעקס (אדער ניין) יאר איז ער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין מוטער; ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר פאטער דער טשערקאסער, און ער האט דעריבער געטוישט זיין פאמיליע נאמען פון אויערבאך אויף טווערסקי.

ביי די דרייצן יאר האט אים דער צאנזער רב, רבי חיים האלבערשטאם, גענומען אלס חתן פאר זיין טאכטער רייצא, איידער ער האט אים אמאל געזען. וויבאלד רבי מרדכי דוב האט, ווי אלע טשערנאבלער אייניקלעך, נישט געהאט קיין ערלויבעניש ארויסצופארן פון דער רוסישע אימפעריע, איז די חתונה פארגעקומען אין הוסיאטין, וואס האט זיך געפונען אויף דעם גרעניץ צווישען רוסלאנד און גאליציע (אין דער עסטרייכער אימפעריע).

רבי מרדכי דוב איז געווען א בארימטער תלמיד חכם און ער האט זיך געשריבן מיט פארשידענע גדולים אין זיין דור.

רבנות

אין יאר תר"כ איז זיין זיידע אריבער פון הארנסטייפל קיין טשערקאס, און דריי יאר שפעטער אין תרכ"ג האט ער אים געשטעלט אלטס רב און רבי פון הארניסטייפל, און אים געהייסן אנהייבן פירן רבי'סטווע. ער האט אויפגעמאכט דארט א חסיד'ישער הויף. נאך וואס זיין זיידע איז נפטר געווארן אין יאר תרל"ו (1876) זענען אסאך טשערקאסער חסידים אריבער צו אים, און ער איז געווען פון די גרעסטע רבי'ס אין אוקראינע, ער האט געפירט די רבי'סטווע 40 יאר.

רבי מרדכי דוב איז נפטר געווארן כ"ב אלול ה'תרס"ג.

זיין רביצין מרת רייצא איז נפטר געווארן כ"ה תמוז ה'תרע"ח.

קינדער

זיינע ספרים


  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    עמק שאלה, שו"ת.

  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    עמק החכמה, ביאורים על התורה בדרך פלפול.

  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    פלא יועץ, דרושים בדרך החסידות על התורה און מועדים.

  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    חיבור לטהרה, אויף הלכות נטילת ידיים און הלכות מקוואות.

  • פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    תורי זהב, אויף הלכות ריבית.
  • נאך א כתב יד, כד הזהב, אויף ענייני קבלה, איז פארניכטעט געווארן אין די פאגראמען פון תרע"ח-תר"פ (1918–1920).

זעט אויך

צו ליינען מער

  • אהרן סורסקי, מרביצי תורה מעולם החסידות, חלק ב, בני ברק, תשמ"ז, עמ' כא-סא.
  • בצל הקודש, מכון "נר שלמה" הארנסטייפל" תמוז תש"ס
  • הרב צבי בריננער, רבינו הקדוש מראצפערט, מכון "זכרון משה", בני ברק תשס"ח, עמ' לו-מא, שלה-שמה.

וועבלינקען