פשעמישל
Przemyśl
POL Przemyśl flag.svg POL Przemyśl COA.svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 10טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 49°47′N 22°46′E / 49.783°N 22.767°E / 49.783; 22.767 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואיעוואדעשאפט אונטערקארפאטישע
בירגערמייסטער ראבערט כאמאַ
שטח 44 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

66,715‏  (שטייענדיג 2006)
1,500 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
http://www.przemysl.pl

פשעמישל (פּויליש: Przemyśl; אוקראיניש: Перемишль, פערעמישל) איז א שטאט אין מערב־גאליציע, היינט דרום־מזרח פוילן, מיט 66,756 איינוואוינער (יוני 2009). פשעמישל געפינט זיך אויפן סאן טייך נאנט צום גרעניץ מיט אוקראינע, 87 ק"מ מערב פון לעמבערג. זייט 1999 איז די שטאט אין דער אונטערקארפאטישער וואיעוואדעשאפט; פריער איז זי געווען די הויפטשטאט פון דער פשעמשלער וואיעוואדעשאפט.

פשעמישל האט די מעלה פון א לאנגער און רייכער היסטאריע צוליב זיין פלאצירונג אין שטח צווישן די בערג און דעם פלאכלאנד, מיט גרינגער טראנספארטאציע און פרוכטבארער ערד.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האט פשעמישל געהאט א גרויסע געטא, מיט מער ווי 20,000 אידן; רוב זענען אומגעקומען אין דער חורבן אייראפע.

היסטאריע

אין ה'שי"ט האט מען געבויט די אלטע שול.

אין ה'תקל"ב, ביי דער ערשטער צעטיילונג פון פוילן, איז פשעמישל געווארן א טייל פון דער עסטרייכער אימפעריע. אין תרכ"א האט געבויט באנען צו פארבינדן די שטאט מיט קראקע צו מערב און לעמבערג צו מזרח. בשעת די קרימער מלחמה האבן די עסטרייכער געבויט א סעריע פעסטונגען, מיט ארומנעם 15 ק"מ, ארום דער שטאט.

אין דעם צענזוס פון תר"ע האט די שטאט געהאט 54,078 איינוואוינער, צווישן זיי 25,306 (46,8%) רוימישע קאטאליקן, 16,062 (29,7%)יידן און 12,018 (22,2%) גריכישע קאטאליקן.

אידישע היסטאריע

אין תרצ"ד האט רבי מרדכי שלום יוסף פרידמאן, סאדיגורער, זיך באזעצט אין דער שטאט. ער האט אויפגעשטעלט די "משיבת נפש" ישיבה; ער איז ארויף אין ארץ ישראל אין תרצ"ט קורץ פאר דער אינוואזיע פון פוילן.

צווישן די צוויי מלחמות האט די שטאט געהאט 11 יידישע צייטונגען, אויף יידיש, העברעיש און פויליש; צוויי יידיש־שפראך צייטונגען זענען דערשינען טאג טעגלעך.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!