סאפי שאל

סאפיאַ מאַגדאַלינאַ שאל (דייטש: Sophie Scholl; ‏9טן מאי 1921 - 22סטן פעברואר 1943) איז געווען איינע פון די מיטגלידער אין דער "ווייסע רויז" גרופע, וואס האט קאמפאנירט א חשובער קאפיטל אין דער געשיכטע פון דער דייטשע אפאזיציע צו נאציזם. פאר איר טייל אין די טעטיקייטן פון דער גרופע האט מען זי פאראורטיילט צו טויט, און זי איז הינגעריכטעט געווארן, צוזאמען מיט איר ברודער האנס שאל און נאך מיטגלידער אין דער גרופע, דורך גילאטינירונג.

שאל ווערט גערעכנט היינט אין דייטשלאנד, צוזאמען מיט אנדערער מיטגלידער פון דער גרופע, ווי א מוסטער פון קוראזש קעגן דעם נאצי רעזשים.

יונגע יארן

שאל איז געוון די טאכטער פונעם בירגערמייסטער פון פארכטנבערג אויפן קאכער טייך, דאס פערטע פון זיינע פינף קינדער. אין 1930 איז די משפחה אריבערגעצויגן קיין לודוויגסבורג און צוויי יאר נאכהער קיין אולם.

זי האט געליינט אסאך ביכער אויף פילאזאפיע און טעאלאגיע.

אין פרילינג 1940 האט זי געענדיגט אירע שטודיעס אין מיטלשולע און זי האט אנגעהויבן ארבעטן ווי א קינדערגארטנער.

אין מאי 1942 איז זי געווארן א סטודענט פון ביאלאגיע און פילאזאפיע אין מינכן אוניווערסיטעט.

די ווייסע רויז

 
מאנומענט צום אנדענק פון דער "ווייסער רויז" אין מינכן, אין דער פארעם פון בלעטלעך צעשפרייט אויפן טראטואר.

אין אנהייב 1942 האט שאל באטייליגט, צוזאמען מיט איר ברודער האנס, און עטליכע פריינד, צווישן זיי דער לעקטאר קורט הובער, אין פארשפרייטן בלעטלעך קריטידירנטיק צום רעזשים, וואס האבן גערופן פאר פאפולערער קעגנערשאפט צו דער דיקטאטארישער נאצי הערשאפט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!