פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פערזענליכקייט

פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

ליידיגע פאראמעטער [ צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

אבידן בן גדעוני
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר

אֲבִידָן בֶּן גִּדְעֹנִי איז געווען דער נשיא פון שבט בנימין, אין די צייט פון נאך יציאת מצרים.

לעבן און שאפן

ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט אבידן בן גדעוני צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[1]. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[2], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[3].

לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[4]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[5].

דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט אבידן געפירט זיין שבט דער דריטער אונטער'ן "דגל מחנה אפרים"[6]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט מיט אלע צוועלף פארבן, און א וואלף געצייכנט דערויף[7].

אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[8]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.

קרבנות הנשיאים

אבידן בן גדעוני איז געווען דער ניינטער אין די רייע צו מקריב זיין ביי די קרבנות הנשיאים. ער האט מקריב געווען זיין קרבן אום ט' ניסן אינעם צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט).

די מאטריאלן פון זיין קרבן האט געהאט א כוונה, ווי סשטייט אין מדרש[9]|”קרבנו קערת כסף אחת, אל תקרי קערת אלא עקרת, כנגד רחל שהיתה עקרת הבית, היא היתה עקר ביתו של יעקב.”

אין מדרש[10] שטייט:”למה הקריב בנימין אחר בני יוסף, לפי שכשם שהיתה השכינה בחלקו של יוסף בשילה, כך שרתה בחלק של בנימין במקדש בירושלים.”. אנדערע ערקלערן אז די סדר איז געגאנגען לויט'ן סדר פון די דגלים ביי די מסעות[11].

זיין נאמען

אין מדרש[12] שטייט די סיבה צו זיין נאמען:”ולמה נקרא שמו אבידן, על שם בנימין, שבשעה שנולד מתה אמו, מפני קושי לידתה, והיתה היא סבורה גם בנימין כמותה, ולכך קראתהו בן אוני, כלומר שיהיה מתאונן והולך וכו', אבל אביו קראו בנימין, כלומר יגיע לאריכות ימים ולא ימות וכו', דבר אחר שהוא חזק ביד ימין, ולכך נקרא 'אבידן', ש'אביו דן' בין דבר אמי לדבריו, ומה היה דינו, בן גדעוני, שאמו קראתהו 'עוני' הוא אוני, ואביו קראוהו 'בנימין', שהוא חזק שירבה גדודים, לכך נקרא 'אבידן בן גדעוני'.”

צו ליינען מער

רעפערענצן

  1. במדבר א, טז

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".מלבי"ם, במדבר א, טז

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רש"י, במדבר א, טז
  4. ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
  5. תפארת יהונתן אויף במדבר א, טז
  6. לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) מספר עברי כדב לא מוכר.במדבר י, כדב
  7. במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
  8. במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא באבער קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
  9. במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה ח', זעה דארט באריכות.
  10. מדרש רבה דארט
  11. ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשטו
  12. מדרש אגדה במדבר א יא

קטגוריה:המכלול: ערכים שנוצרו במכלול קטגוריה:נשיאי שבטי ישראל קטגוריה:אישים משבט אפרים