מוסטער:אין די נייעס
- דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו זאגט אפ פארטיידיגונגס מיניסטער יואב גאלאנט (אין בילד) נאכדעם וואס ער האט גערופן די רעגירונג אפצושטעלן די דיסקוסיעס איבער א קאנטראָווערסיאַלן יוסטיץ רעפאָרם ביל.
- א פאראייניגטע שטאטן קאנטראקטאר איז אומגעקומען און פינף אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן ווען א דראון באטרעפט אן אמעריקאנער באזע אין צפון סיריע. אמעריקע רעאגירט מיט לופט אטאקעס אויף איראנער-פארבינדענע צילן, אומברענגענדיג עלף מענטשן.
- אין א געמישטע אורטייל האט די אלבאני סופרים קאורט געאורטיילט אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו באשטראפן ישיבות וועלכע קומען נישט נאך די פארשריפטן, און אז זיי קענען נישט פארלאנגען פון עלטערן צו ארויסנעמען זייערע קינדער פון אזאנע מוסדות, אבער האט געלאזט די איבריגע טיילן פון די געזעץ אין פלאץ.
- רוסישע אינוואזיע אויף אוקראינע: די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט ארויסגעגעבן אן ארעסט באפעל פאר רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין און רוסישע באאמטער מאַריא לוואָווא-בעלאָווא, פאר אנגעבליכע קריגס פארברעכנס אין צוזאמענהאנג מיט די פארכאפונג און געצוואונגענע אדאפטירונג פון קינדער פון אוקראינע.
- די בריטישע רעגירונג און ניו זילאַנד פאַרבאָטן די באנוץ פון כינעזע ווידעא מיטטיילונג עפּפּ TikTok אויף רעגירונג דעווייסעס צוליב זיכערהייט זארגן.