פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פערזענליכקייט

פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

ליידיגע פאראמעטער [ צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

נתנאל בן צוער
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר
בתנ"ך
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".במדבר א, ח;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ז, יח;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".י, טו

נְתַנְאֵל בֶּן צוּעָר איז געווען דער נשיא פון שבט יששכר אין די צייט פון נאך יציאת מצרים. ביים חנוכת המשכן, איז ער געווען דער וואס האט געראטן אלע נשיאים צו מקריב זיין די קרבנות הנשיאים, אדער געוויסע פרטים פון די קרבנות.

לעבן און שאפן

ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט נתנאל צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[1]. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[2], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[3].

לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[4]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[5].

אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען פון די צוויי הונדערט און פופציג וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[6]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.

אין מדרש ווערט געברענגט אז נתנאל בן צוער איז געווען אן אויסערגעווענליכער תלמיד חכם, און ער ווערט דעריבער אנגערופן "מַלְכָּהּ של תורה"[7]. שבט יששכר איז געווען אויסגעצייכנט אין תורה, ווי עס שטייט ”וּמִבְּנֵי יִשָּׂשכָר יוֹדְעֵי בִינָה לַעִתִּים”[8], אבער אין גאנצן שבט איז קיינער נישט געווען אזוי גרויס ווי אים[9].

קרבנות הנשיאים

ביי די קרבנות איז ער געווען דער צווייטער מקריב צו זיין זיין קרבן, אין טאג ב' ניסן אינעם צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט). ער איז געווען ווער ס'האט געטרייט די נשיאים מקריב צו זיין די "קערות כסף" ביי חנוכת המשכן, ווי סווערט דערציילט אין מדרש:

'קרבנו קערת כסף אחת'. ומה ראו להקריב כך, אמר רבי פינחס בן יאיר, נתנאל בן צוער השיא לנשיאים העצה הזו

מדרש רבה, פרשת נשא, ז', י"ג

טראץ דעם וואס ראובן איז געווען עלטער, האט ער מקריב געווען פאר אים, ווי סווערט דערציילט אין מדרש:

בא ראובן וערער, אמר די שקדמני יהודה למסעות, מקריב אני לתולדות, נזף בו משה ואמר לו, מפי הקודש נאמר לי להקריב למסעות שנאמר הקרב, אין הקרב אלא שנאמר לו מפי הקודש הקרב למסעות

די סיבה צו זיין דער צווייטער אויפן באפעל פון באשעפער שטייט אין מדרש:

הקריב שני למלך מפני שהוא בן תורה והוא שנתן עצה לשבטים שיביאו עגלות

ספרי זוטא, ז', יח

אין רלב"ג שטייט אז די סיבה איז געווען, ווייל די סדר איז אנגעגאנגען לויט די סדר וואס מ'איז געגאנגען ביי די מסעות.

רמזים אין זיין נאמען

א הסבר צו זיין נאמען און זיין טאטנ'ס נאמען שטייט אין מדרש:

למה נקרא שמו נתנאל? לפי שנתנו שבט יששכר לבם על התורה, שנתנה האל לישראל על יד משה, בן צוער, שקבלו עליהם צער וטורח כל ישראל, שהיו שואלים להם ומשיבים לה, כמה דהוא אמר
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".דברי הימים א' יב, לג 'וכל אחיהם על פיהם', ולכך נקרא נתנאל בן צוער

מדרש אגדה (בובר), פרשת במדבר, א', ח'

רעפערענצן

  1. במדבר א, טז

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".מלבי"ם, במדבר א, טז

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רש"י, במדבר א, טז
  4. ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
  5. תפארת יהונתן אויף במדבר א, טז
  6. במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה י"ג; מדרש תנחומא בובר קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
  7. במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה י"ז

  8. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".דברי הימים א' יב, לג
  9. מדרש אגדה, במדבר ז' י"ח. דער מדרש באטאנט אז דאס איז אנדערש ווי אנדערע נשיאים, וואס אנדערע אין זייער שבט זענען יא געווען אזוי גרויס ווי זיי