רוי:רבי יהודה הלוי

ווערסיע פון 10:29, 19 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישער [[פילאזא" ב־"אידישער [[פילאזא")

רבי יהודה הלוי אָדער ריה"ל (בערך 1075, טאָלעדאָ, שפּאַניע - בערך 1141, אַפּנים אין ארץ־ישראל) איז געווען אַ פייטן, אַ אידישער פילאזאף און אַ דאקטער אין מיטל־עלטערישן שפּאַניע. ער איז באַוואוסט אַלץ דער מחבר פונעם פילאָסאָפישן ספר הכוזרי, שאַפער פון אַ צאָל באַרימטע פיוטים און אויך אַלץ באַזינגער פון ציון, וואָס האָט פּערזענליך עולה געווען בעת די שווערע צייטן פון קרייצפארער.

ביאָגראַפיע

יהודה הלוי איז געבאָרן געוואָרן אין טאָלעדאָ, אין קריסטליכער (צפון) שפּאַניע. שוין אין זיינע יונגע יאָרן איז ער אָבער אַריבערגעפאָרן אין אַראַבישן חלק פונעם איבערישן האַלבאינזעל, וואָס האָט כולל געווען די באַרימסטע צענטערס פון דער קולטור פון ספרדישע אידן.

זיין נסיעה קיין ארץ־ישראל

אין אַ ריי פון זיינע פאָעמעס האָט ריה"ל באַזינגט ירושלים און זיין שטרעבונג צו ארץ־ישראל. הגם ער האָט באַקומט אין ספרד אַ ברייטע אָנערקענונג, האָט ער באַשלאָסן זיך אָפּצושיידן מיט זיין משפּחה און צו פאָרן קיין ארץ־ישראל. אין יאָר ד'תת"ק (1140) איז ער אָנגעקומען אין אַלעקסאַנדריע אין עגיפּטן און האָט קורץ געוואוינט אין קייראָ. האַלב יאָר נאָכדעם איז ער געפאָרן מיט אַ שיף קיין ארץ־ישראל. ווינציק ווייס מען פון זיין לעצטער נסיעה, אָבער ס'איז דאָ ראיות, אַז ער איז יאָ אָנגעקומען אין יורשלים און איז געשטאָרבן אָדער איז דערהרגעט געוואָרן קורץ נאָכן אָנקום.

זיין דיכטונג

זיין געדיכט "ליבי במזרח":

לִבִּי בְמִזְרָח וְאָנֹכִי בְּסוֹף מַעֲרָב - מיין האַרץ איז אין מזרח און איך בין אין מערב.
אֵיךְ אֶטְעֲמָה אֵת אֲשֶׁר אֹכַל וְאֵיךְ יֶעֱרָב - ווי אַזוי קען שפּירן דעם טעם פון מיין עסן און געניסן.
אֵיכָה אֲשַׁלֵּם נְדָרַי וָאֱסָרַי, בְּעוֹד - ווי אַזוי קען איך אויספירן מיינע נדרים און געבאָטן, בעת
צִיּון בְּחֶבֶל אֱדוֹם וַאֲנִי בְּכֶבֶל עֲרָב - אדום (קריסטן) האָט אַרומגעבונדן ירושלים, און איך בין אין קייט פון ערב (אַראַבער).
יֵקַל בְּעֵינַי עֲזֹב כָּל טוּב סְפָרַד, כְּמוֹ - עס וואָלט מיר געווען לייכט נאָכגעבן אַלץ דאָס גוטס פון ספרד, און
יֵקַר בְּעֵינַי רְאוֹת עַפְרוֹת דְּבִיר נֶחֱרָב. - ס'וואָלט מיר געווען טייער צו זען (כאָטש) דעם שטויב פונעם חרובן דביר (בית־המקדש).

ער האט זייער אסאך געגלוסט און געבענגט צו זיין אין ארץ ישראל און וואוינען אין דער הייליגער שטאט. דער ספר יוחסין פארציילט אז ווען ער איז אלט געווארן פופציג יאָר איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל, קומענדיג קיין ירושלים און זעענדיג וואו וויסט די הייליגע שטאט איז האט ער צוריסן זיינע בגדים און איז געגאנגען בארפוס מקיים זיין דעם פסוק כי רצו עבדיך את אבניך ואת עפרה יחוננו, ער האט מיט ליבשאפט און בענקשאפט געזונגען דעם פיוט "ציון הלא תשאלי לשלום אסיריך". עס איז דארט געשטאנען אן אראבער וואס האט צוגעגקוקט דעם גרויסן דביקות און ליבע פון רבי יהודה הלוי צו דער הייליגע ערד, ער האט איהם זייער מקנא געווען און פון גרויס קנאה האט ער איהם געשטאכן און גע'הרג'ט, ה' ינקם דמו.

זיין פילאזאפיע

  • די תורה קען נישט סותר זיין דעם גראדן שכל.
  • די השגחה אויף די אידן איז למעלה מהטבע און גייט אן אין אלע דורות.

רעפערענצן

מוסטער:ביכער--

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!