רוי:שלמה קארליבאך

ווערסיע פון 13:21, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן")
טעקע:Carlebach.jpg
א בוך-טאוול פון זיין ספר

שלמה קארליבאך (י"ח טבת ה'תרפ"ה - ט"ז חשוון ה'תשנ"ה) איז געווען א חזן און זינגער, און גאר א גרויסער ניגונים קאמפאזיטאר, בעיקר הארציגע נשמה ניגונים.

ביאגראפיע

יוגנט

ער איז געבוירן אין בערלין צוזאמען מיט זיין צווילינג ברודער אליהו חיים.

ווען די נאצי פארטיי האט זיך אנגעהויבן שטארקן אין דייטשלאנד, האט זיך די משפחה אריבערגעצויגן קיין באדן, עסטרייך וואו זיין טאטע האט אנגענומען דעם רבנות פאסטן.

אין תרצ"ט האבן זיי אימיגרירט קיין אמעריקע וואו זיין פאטער האט געגרינדעט א ביהמ"ד אין מאנהעטן בית יעקב וועלכע איז היינט באוואוסט אלס קארליבאך שוהל.

ער האט געלערנט אין בית מדרש גבוה ביי הגאון רבי אהרן קאטלער, און פריער ביי הגאון רבי שלמה היימאן אין תורה ודעת; נאכער איז ער געווארן א חב"ד'סקער חסיד.

אין חב"ד האט ער אנגעהויבן מקרב זיין פרייע אידן צו זייער רעליגיע און טראדיציע דורך פארציילן מעשיות און זינגען פאר זיי, צוזאמען מיט זיי טאנצענדיג און אריינדרינגען אין זייער נשמה.

זיין רבי און פירער, דער לובאוויטשער רבי, האט אים פארבאטן אז ער טאר נישט זינגען פאר קיין געמישטע אוידיענצן, ער האט אבער זיך נישט געקענט צוריק האלטן זאגנדיק אז ער טוט אויף דערמיט זייער אסאך האט ער זיך צושיידט פון חב"ד און געווארן א ראביי פאר זיך פירנדיג א קהילה פון איינגעזאמלטע היפיס אין סאן פראנציסקא קאליפארניע.

ער האט אויך געהאט א ביהמ"ד אין ברוקלין.

ער פלעגט ארומפארן איבער דער וועלט זינגען און מקרב זיין יודן צו יודישקייט, בפרט אין די געוועזענע קאמוניסטישע לענדער. היינט ווערן זיינע ניגונים געזינגען אין אידישע פרומע חסידישע הייזער און שמחות.

געהאט צוויי טעכטער "אסתר נשמה טהורה", און "חנה נדרה נפשי" און געווען אפגעטיילט פון זיין ווייב "נעילה".

 
אין זיין יוגנט

ער האט מקרב געווען טויזנטער רחוקים צו אידישקייט, און ווייל אין יענער צייט איז די היפי באוועגונג געווען זייער גרויס, איז ער אריין אין זייער טיפעניש, און זיי ארויף געשטיפט צו העכער'ס, און זיי זענען געווארן נאנט מיט אים צוליב זיין שיינע שטימע און הארציגע ניגונים. ער פלעגט קענען זיך קושן און האלזן מיט היימלאזע שמוציגע מענטשן, ווארשיינליך צוליב זיין אומגלויבליכער ליבשאפט פאר אנדערע, און צוליב זיין עקסטרעמע ליבשאפט צו גאט'ס באשעפענישען, איז זיין דרך געווען זייער קאנטראווערסיעל, און איז נישט געווארן אנגענומען אין די אלגעמיינע חסידישע געמיינדעס, כאטש ער איז געווען זייער מקורב ביים אמשינאוועררבי'ן, וואס האט זיך אמאל אויס געדרוקט צו זיינע חסידים אויף אים "דער יוד וועט האבן מער עוה"ב, ווי וואס עץ מיינט אז איך וועל האבן"[מקור פארלאנגט].

זיינע ווערק

ער האט רעקארדירט ביי זיין לעבן איבער טויזנט ניגונים, וואס טייל ווערן פון צייט צו צייט פריש אנטפלעקט.

ער האט געהאט זיין אייגנארטיגע נוסח התפלה, אויף וועלכע עס דאווענען היינט זיינע תלמידים (ווי למשל יהודה גרין), און פלעגט דערציילן מעשיות אויף: ענגליש, העברעאיש, דייטש און אידיש. אויך פלעגט ער זינגען אלטע יודישע לידער.

זינט זיין פטירה זענען שוין ארויסגעקומען צענדליגער ספרים, ביכער און אלבומען פון זיינע מעשיות און ניגונים. אזוי אויך איז זיין לעבן א טעמע פאר פילמען און טעאטער שפילן.

העברעאישע ספרים

  • אורות שלמה
  • גוט פורים
  • דבורים עמוקים
  • דיבורי הלב
  • דברי שיר
  • הנה ימים באים: על שמחה, ריפוי ותיקון
  • יחד כולם קדושה
  • למען אחי ורעי: תורות וסיפורים
  • נעה אשת חיל: 48 סיפורים על נשים מפי ועל ר' שלמה קרליבך
  • סיפורי נשמה, דריי בענדער
  • פתחו שערי הלב: שיחות הרב שלמה קרליבך, צוויי בענדער
  • קומו לרקוד
  • שלום

ענגליש

  • Lamed Vav - a collection of the favorite stories of Rabbi Shlomo Carlebach ztz"l, told and illustrated by Tzlotana Barbara Midlo
  • Shlomo's Stories - selected tales by Sholomo Carlebach with Susan Yael Mesinai, Jason Aronso pub.
  • The holy beggars' banquet - traditional jewish tales and teachings of the late great Reb Shlomo Carlebach and others, by Kalman Serketz, Jason Aronso pub.
  • Kol Chevra - yearly magazine, edited by Emunah Witt

אלבומען

פילמען

טעאטער

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!