רוי:על הגאולה ועל התמורה

ווערסיע פון 01:41, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "געבויעט" ב־"געבויט")

על הגאולה ועל התמורה איז א קונטרס פון סאטמארער רבי ר' יואל טייטלבוים זי"ע, פארפאסט לאור די זעקס טאג קריג מלחמה פון די ציונים. אין דעם ספר שרייבט ער אראפ זיין שיטה אז די מלחמה איז בכלל נישט געווען קיין נסים נאר א שטארקע מיליטערישע זיג פון די ציונים וועלכע האבן געוואוסט פון פאראויס אז זיי וועלן באזיגן די אראבישע שונאים. און אז אפילו אויב עס זענען יא געווען נסים, איז עס געווען פונעם ס"מ און נישט פון די צד הקדושה ווי אויך שרייבט ער מען זאל נישט גיין צום כותל המערבי.

דער ספר איז געבויט אויף די באקאנטע שלוש סעודות תורות פון די פיער וואכן: נשא, בהעלותך, שלח, קרח פון יאהר תשכ"ז וואו דער רבי האט געפייערט קעגן די ניסים.

רוב ספר זעלבסט האט דער רבי נישט אליינס געשריבן, ווי דער רבי האט דאן געזאגט פאר רבי משה אריה פריינד: אז ער האט דאס נישט אליינס געשריבן ווייל עס האט מיר געבלוטיגט דאס הארץ, איך האב געשפירט אז איך וועל עס נישט אויסהאלטן. נאר די הקדמה האט דער רבי יא געשריבן, און ער האט זיך דערנאך אויסגעדרוקט: דאס האב איך געשריבן מיט בלוט, נישט מיט קיין טינט.

די ערשטע מהודרה אין א הארטע דעקל איז ערשיינען אין תשכ"ז געדרוקט בבית דפוס רבי סענדער דייטש אין ברוקלין. עס איז איבערגעדרוקט געווארן נאך זיבן מאל, ביז אום תשנ"ח איז עס פריש איבערגעדרוקט געווארן מיט אותיות מרובעות דורך הוצאת ירושלים און געדרוקט ביי דפוס מבין.

לכבוד די נייע אויסגאבע האט רבי יוסף אשכנזי געשריבן א לענגערע הקדמה וואו ער שרייבט אביסל איבער די היסטאריע פנעם ספר און די געשעעהנישן אין יענע צייט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!