רוי:נס
א נס איז א וואונדערליכע געשעעניש וואס מען קען נישט אויסרעכענען פון פאראויס לויטן געווענליכן נאטורליכן ווירשטשאפט אז אזוינס וועט פאסירן.
עס זענען פארהאן צוויי סארט נסים. די ערשטע איז א איבערנאטורליכע געשעעניש וואס איז נישט מעגליך עס זאל פאסירן לויטן נאטור. נאכדעם זענען דא אזעלכע נסים וואס איז יא מעגליך לויטן נאטור, נאר געווענליך געשעט עס נישט און נארמאלערהייט וואלט זיך עס אנדערש אויסגעלאזט, "פונקט" איז געשען אזוי און אזוי, אנדערש ווי פאראויסגעשאצט. היינט געשעען בעיקר די נאטורליכע נסים און דאס איז וואס מען רופט היינט א נס.
דאס איז די האנט פון באשעפער צו פארדרייען די נאטור וואס ער האט באשאפן פאר א סיבה.
עס שטאמט אויך פון זעלבן ווארט נס- אויפהייבונג.
מופת
מופת באדייט א איבערווייז א צייכן. עס ווערט דערמאנט אין די תורה אז דער אויבערשטער האט געשיקט משה צו פרעה זאגן ער זאל ארויסשיקען די יודן פון מצרים . האט פרעה געזאגט פאר משה פארוואס זאל איך דיר גלייבן אז ער האט דיר געשיקט צי מיר גיב מיר א צייכן תנו לכם מופת און דער אויבערשטער האט אים טאקע געגעבן די צען מכות . אויך שטייט ביי א פאלטשער נביא וואס וועט וועלן מען זאל אים גלייבן אז ער וועט געבן א מופת .
וויבאלד אייביג אין די תורה באדייט מופת א איבערנאטירליכע געשעעניש וואס קומט ווייזן געטליכקייט ווערט אנגעריפען יעדע איבערנאטירליכע זאך וואס א צדיק טוט א מופת .
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!