רוי:סילוואן שלום

ווערסיע פון 01:26, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע\s?:\s?יידן" ב־"קאַטעגאָריע:אידן")
סילוואן שלום
מדינה ישראלישראל ישראל
ווייב ג'ודי שלום ניר מוזס
9'טער מיניסטער פון וויסנשאפט און טעכנאלאגיע
13 יולי 19986 יולי 1999
19'טער פינאנץ מיניסטער (און וויצע פרעמיער מיניסטער)
7 מערץ 200128 פעברואר 2003
15'טער אויסערן מיניסטער (און וויצע פרעמיער מיניסטער)
28 פעברואר 200315 יאנואר 2006
7'טער השר לפיתוח הנגב והגליל
31 מערץ 200914 מאי 2015
6'טער מיניסטער פאר שיתוף פעולה אזורי
31 מערץ 200914 מאי 2015
21'טער מיניסטער פאר נאציאנאלער אינפראסטרוקטור, ענערגיע און וואסער
18 מערץ 201314 מאי 2015
22'טער אינערן מיניסטער
14 מאי 201527 דעצעמבער 2015
כנסת דעפוטאט
13 יולי 199227 דעצעמבער 2015
כנסות 13 - 20

סילוואַן שלום (אַראַביש: سيلفان شالوم; געבוירן דעם 4טן אויגוסט 1958) איז א מדינת ישראלישער פאליטיקער. ער האט געדינט ווי ווייצע פרעמיער מיניסטער, א מיניסטער אין דער ישראל רעגירונג און א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי. שלום איז אַן אַדוואָקאַט. אין דעצעמבער 2015 האט ער פארלאזט דאס פּאָליטישע לעבן.

ביאגראפיע

שלום איז געבוירן ציון סילוואַן משה שלום[1] צו שמעון און מרים שלום אין גאַבעס, טוניסיע. זיי האבן אימיגרירט אין ישראל אין 1959 און האָבן געוואוינט אין באר שבע. זיין פאָטער איז אומגעקומען אין עלטער פון 37 יאָר בעת אַ רויבעריי אין א באנק צווייג אין באר שבע.[2] אין אָנדענק פון זיין פאָטער, איז געגרינדעט געווארן אַ שול אין קוואַרטאַל ה' אין דער שטאָט. נאָך זיין מיליטערישער דינסט האָט ער שטודירט אין בן-גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב און האָט באַקומען אן ערשטן דיפּלאָם אין עקאָנאָמיק און צערטיפיקאַציע ווי אַן אַקאַנטאַנט . דערנאָך האָט ער געלערנט אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט, וואו ער האָט באַקומען אן ערשטן דיפּלאָם אין געזעצן און האט זיך קוואליפיזירט אלס אדוואקאט; אויך האָט ער א מייסטער-דיפלאם אין פובליקער פּאָליטיק.

כנסת דעפוטאט און מיניסטער אין די 1990ער יארן

אין 1992, איז שלום געווארן געוויילט צום 13טן כנסת פאר דער ליכוד, און אין 1997 ער איז געווארן באשטימט וויצע פארטיידיגונגס־מיניסטער. אין יענער תקופה האט ער געפועל'ט צו גרינדן דעם נחל חרדי רעגימענט.

אין 1998 איז ער באשטימט געווארן מיניסטער פון וויסנשאפט און טעכנאלאגיע אין דער נתניהו רעגירונג.

פינאנץ מיניסטער

שלום האָט געדינט ווי וויצע פרעמיער מיניסטער און פינאַנץ מיניסטער אין דער 29סטער ישראל רעגירונג, די ערשטע רעגירונג פון אריאל שרון (2001 - 2003).

אויסערן מיניסטער

שלום האט געדינט אלס וויצע פרעמיער מיניסטער און אויסערן מיניסטער אין דער צווייטער רעגירונג פון אריאל שרון (פון 2003).

אין 2003 האָט ער זיך באגעגנט מיטן קעניג פון מאראקא אין טעטואן, מיט דער האָפענונג צו נארמאליזירן די באַציאונגען צווישן ישראל און מאראקא.

זיין משפּחה

אין 1993 האָט ער חתונה געהאט מיט דזשודי שלום ניר מאָזעס, פון דער קאָנטראָלינגער משפּחה פון ידיעות אחרונות. דאס פּאָרפאלק האט דריי קינדער צוזאַמען, און צוויי פון א פריערדיגן זיווג פון ניר מאָזעס. די משפּחה האָט געוואוינט אין רמת גן. אין אויגוסט 2017, האבן זיי זיך אפגעשיידט.

מוסטער:אינערן-מיניסטארן אין ישראל

הערות

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!