די זרוע איז א שטיקל פלייש וואס מען לייגט אין די קערה פון סדר נאכט, אלס אנדענק צום קרבן פסח.

מקור פון מנהג

אין די משנה[1] ווערט דערמאנט אז מען ברענגט אריין - צוזאמען מיט די מצה און מרור און חרוסת - אויך ”שני תבשילין”. אין תלמוד ירושלמי און אין תלמוד בבלי אויפ'ן ארט ווערן געברענגט עטליכע מיינונגען, וואס די צוויי געקעכטס זענען.

מאי שני תבשילין? אמר רב הונא: סילקא וארוזא[2]. רבא הוה מיהדר אסילקא וארוזא הואיל ונפיק מפומיה דרב הונא. אמר רב אשי: שמע מינה דרב הונא, לית דחייש להא דרבי יוחנן בן נורי. דתניא רבי יוחנן בן נורי אומר: אורז מין דגן הוא וחייבין על חימוצו כרת ואדם יוצא בו ידי חובתו בפסח. חזקיה אמר: אפילו דג וביצה שעליו. רב יוסף אמר: צריך שני מיני בשר – אחד זכר לפסח ואחד זכר לחגיגה. רבינא אמר: אפילו גרמא ובישולא.

די פוסקים זענען צעטיילט אין זייערע מיינונגען להלכה: לויט טייל ראשונים דארף מען ברענגען דווקא צוויי סארטן פלייש[3]; אנדערע נעמען אן אז סיי וועלכע מינים זענען גוט[4]. פילע מקורות ברענגען דעם מנהג צו נעמען א שטיקל פלייש (די "זרוע") אלס זכר צום קרבן פסח און אן איי אלס זכר צום קרבן חגיגה[5], און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך[6].

רעפערענצן

  1. משנה, פסחים י, ג.
  2. לויט רב הונא איז אפילו דאס אויך גוט, כל שכן צוויי סארטן פלייש (רשב"ם און תוספות, פסחים קיד, ב, ד"ה סילקא)

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק חמץ ומצ"ה, הלכות ח'–א'; הגהות מיימוניות אויפ'ן ארט אין נאמען פון רבינו שמחה; מהר"ש מאוסטרייך געברענגט אין מהרי"ל סדר ההגדה עמוד צ' סימן ו'
  4. טור, אורח חיים, סימן תע"ג; אור זרוע חלק שני, סימן רנ"ו; סמ"ג, עשין מ"א; רבינו ירוחם, נתיב ה' חלק ד'; של"ה, מסכת פסחים פרק נר מצוה אות ל"ב.
  5. כלבו, סימן נ' ד"ה והנה לך; רבי מנחם המאירי, בית הבחירה אויף
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".פסחים קיד, ב; רבי דוד אבודרהם, סדר ההגדה ד"ה וכך היא, רשב"ץ, מאמר חמץ אות קכו; ארחות חיים, ליל הסדר סימן י"ב.

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".שולחן ערוך, אורח חיים, תעג, סעיף ד.