רוי:ראדאמישל

ווערסיע פון 08:00, 13 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")
ראדאמישל
Radomyśl Wielki
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
וואיעוואדעשאפט אונטערקארפאטיע
דיסטריקט מעליץ

 ‑ אין שטעטל

3,104‏  (שטייענדיג 2015)
www.radomyslwielki.pl

ראדאמישל (פויליש: Radomyśl Wielki גרויס־ראַדאמישל) איז א שטעטל אין מעליצער קרייז אין דער אונטערקארפאטישער וואיעוואדעשאפט, פוילן, 97 ק"מ מזרח פון קראקע, 55 ק"מ מערב פון ריישע און 29 ק"מ צפון־מזרח פון טארנע.

יידן אין  ראדאמישל

אין 1890 איז די צאל אידן אין ראדאמישל געווען 1,920, און אין 1910 איז געווען 1,875.[1]

צווישן די צוויי וועלט-מלחמות האבן געוואוינט אין שטעטל 1,422 אידן, א מערהייט פון די איינוואוינער, און ס'זענען געווען טעטיג אין שטעטל די ציוניסטישע פארטייען און אגודת ישראל. אין די 1930ער יארן האבן די אידן געליטן פון אנטיסעמיטישע קאנספיראציעס קעגן זיי פון זייערע פוילישע שכנים.

איינער פון די באוואוסטער רבנים איז געווען הרב שמואל ענגל. נאך אים האט געדינט זיין זון רבי חיים.

אין שטעטל זענען געווען שטיבלעך פון די גראדזשיסקער און זשאבנער חסידים. רבי אברהם חיים הורוויץ פון פלאנטש האט געוואוינט אין שטעטל א געוויסע צייט. זיין איידעם רבי יואל טייטלבוים, שפעטער געווארן סאטמארער רב, האט געגעסן "קעסט" ביי אים אויף א יאר.

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. "ראדאמישל", אויף "JewishGen" (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!