רוי:סטראזשניץ (חסידות)

ווערסיע פון 07:44, 13 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")

סטראזשניץ איז א שטאָט אין בוקאווינא (היינט אוקראינע) וואו רבי ישכר בער ראזנבוים האט אויפגעשטעלט זיין הויף. דאס חסידות איז א צווייג פון נאדווארנא.

רבי ישכר בער איז געבוירן געווארן כ"ב אלול תרס"ד (1904) אין טשערנאוויץ צו זיין פאטער רבי איתמר ראזנבוים דער אדמו"ר פון נאדווארנא. ער איז געווארן אן איידעם ביי זיין עלטער פעטער רבי ישכר בער פון סאטמאר, (א זון פון רבי מרדכי לייפער פון נאדווארנע). אין תרפ"ה האט ער זיך געצויגן קיין סטראזשניץ אין בוקאווינא (דעמאלסט אין רומעניע, היינט אין אוקראינע), וואו ער האט אנגעפאנגען פירן א רביסטעווע. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער אימיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן, דארט איז ער געווען באוואוסט ווי דער סטראזשניצער רבי. ער איז נפטר געווארן כ"ח טבת ה'תשמ"א.

די זין פון רבי ישכר בער האבן געפירט רביסטעוועס שוין ביי זיין לעבן.

דער סטראזשניצער בוים

  • רבי ישכר בער ראזנבוים פון סטראזשניץ
    • רבי ירחמיאל אשר מרדכי (נפ' תשנ"א) פון קליוולאנד, אן איידעם ביי זיין פעטער רבי מאיר לייפער פון קליוולאנד (א זון פון רבי ישכר בער פון סאטמר). נאך זיין שווער'ס פטירה אין תש"א האט ער געירשנט די קליוולאנדער רביסטעווע. ער האט געפירט זיין הויף אין וויליאמסבורג.
      • רבי מאיר יוסף פון סטראזשניץ-וויליאמסבורג, אן איידעם ביי רבי שלום קרויז פון אודווארי
      • רבי יהושע העשיל פון קליוולאנד-וויליאמסבורג, אן איידעם ביי רבי יואל בעער פון ראצפערט.
      • רבי אלטער זאב פון נאדווארנא-וויליאמסבורג
      • רבי יצחק אייזיק פון סטראזשניץ-לאנדאן, אן איידעם ביי רבי שרגא פייביש שננעבאלג.
    • רבי מאיר פון מאשאלו אין בראנקס (ניו יארק)
      • רבי אשר מרדכי פון מאשאלו אין בארא פארק, אן איידעם ביי רבי משה טויב פון קאליוו
      • רבי דוד, רב פון קהילת 'אור ישע' אין וויליאמסבורג.
      • דאס ווייב פון רבי נפתלי הורוויץ פון קראלי
    • רבי יצחק אייזיק, דער קליוולאנדער רבי רעננה
      • רבי אורי לייב הכהן, ממלא מקומו בקודש.
    • רבי יוסף פון סטראזשניץ פלעטבוש
    • דאס ווייב פון רבי שמואל שמעלקע רובין (נפ' י"א תמוז תשע"ג) פון סוליצא.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!