רוי:רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש

ווערסיע פון 12:02, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "טויט דאטע" ב־"טויט דאטום")
הרב חיים זאנוויל אבראמאוויטש
ריבניצער רבי
טעקע:Ribnitz.gif

רבי חיים זאַנוויל אבראמאוויטש (געבוירן ה'תרנ"ח אדער ה'תרס"ב - כ"ד תשרי ה'תשנ"ו ), דער ריבניצער רבי, איז געווען באוואוסט אלס א פועל ישועות.

לעבנסגעשיכטע

ר' חיים זאנוויל איז געבוירן צו זיין פאטער ר' משה, און מוטער יוטא ציפורה, אין באטאשאן, רומעניע, אין תרס"ב. ער איז געווען א חסיד פון דעם שטעפאנעשטער רבי, רבי אברהם מתתיהו פרידמאן.[1]

פילע אינטערעסאנטע מופתים און וואונדער ווערן דערציילט איבער זיין לעבן און שאפן, ער איז געווען א הייליגער געטליכער מאן, א קדוש וטהור וואס האט זיך מוסר נפש געווען אין קאמוניסטישן רוסלאנד צו טון מצוות און מל'ען אידישע קינדער אונטער די גרעסטע סכנות.

ער איז ארויסגעקומען פון רוסלאנד תשכ"ט קיין ירושלים, וואו ער האט געוואוינט אין קרית מאטערסדארף. נאך עטליכע יאר האט ער זיך געצויגן אין אמעריקע.

די ערשטע צייטן האט ער זיך אויפגעהאלטן אין מיאמי. שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין ברוקלין, אין קרוין הייטס, ער האט געוויילט א תקופה אין סיגעיט, דערנאך בארא פארק, ווי אויך א תקופה און לאס אנדזשעלעס, און נאך פלעצער, אבער דערנאך האט ער זיך באזעצט אין מאנסי, און געווארן באקאנט אלס א גרויסער רבי. ער איז געווען א מוהל, א שוחט, א רב, א רבי, אלעס האט ער געדאווענט פאר די עמוד ער האט געפאסט גאנצע טעג, ער האט מרבה געווען צו גיין אין מקווה.

אידן פארציילן מופתים און וואונדער וואס ער האט געזען האבנדיג אפענע אויגן צו זען אלץ.

הרב עזריאל טויבער האט אים פיל געהאלפן ארויסברענגענדיג דעם רבי פון רוסלאנד ווי אויך ראמי קאהן—ער שילדערט פיל אין זיין ספר וועגן אים, מרדכי בן דוד האט פיל זיך געדרייט ביי אים און נאך פארשידענע עסקנים. צווישן זיינע גבאים זענען געווען יחזקי' האפמאן, יצחק תהלים, אברהם שעהנוואלד, אברהם הערש גליק, ארי' געלדצעלער, יואל קרויס (ב"ר שלמה אריה), משה וועג און משה בערקאוויטש משב"ק.

נאך זיין פטירה האט מען מייסד געווען א חדר תשב"ר נחלת חיים ריבניץ אויף זיין נאמען, וואס ווערט געפירט דורך הרב חיים פלאהר. דער מוסד ווערט געפירט על טהרת הקודש מ'נעמט נישט קיינע פראגראמען פון דער רעגירונג.

צו זיין ציון שטראמען אידן אין די טויזנטער, אלע טעג פון יאר, עס איז כמעט נישטא א צייט דורכ'ן גאנצן יאר, טאג און נאכט, וואס ס'זאל זיין ליידיג פון מענטשן דארט.

רעפערענצן

  1. "די שטעפאנעשטער רבי'ס" דערגרייכט דעם 9טן יולי 2007. (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!