רוי:גבי אשכנזי
מדינה | מדינת ישראל | ||||
---|---|---|---|---|---|
פארטיי | חוסן לישראל | ||||
פראקציע | בלוי ווייס | ||||
| |||||
ווייב | רונית קרני | ||||
| |||||
|
גבריאל "גַבי" אַשכּנזי (געבוירן דעם 25סטן פעברואר 1954, כ"ב אדר א' ה'תשי"ד) איז דער אויסערן מיניסטער און א כנסת דעפוטאט פון דער חוסן לישראל פארטיי אין דער כחול לבן פראקציע. ער איז געווען דער ניינצנטער שעף פון גענעראל שטאב אין צה"ל, די ישראלדיקע ארמיי. ער איז געבוירן אין יאר 1954.
זונטאג י"ד שבט תשס"ט, נאך דער געגאסענע בליי אפעראציע, האט ער געדאווענט ביים כותל צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די נסים אין דער אפעראציע, און צו בעטן פאן באפרייען פונעם געפאנגענעם זעלנער גלעד שליט וואס כאמאס האבן אים געכאפט דעם 25טן יוני 2006.[1]
אהוד ברק, וועלכע דינט אלס זיכערהייטס מיניסטער, האט נאך א סקאנדאל וואס האט אויפגערודערט ישראל, געמאלדן אז יואב גאלאנט, וועט איבערנעמען אשכנזי, ווען אשכנזיס טערמין וועט אפלויפן, אין פעברואר 2011.
יואב גאלאנט דער ערוויילטער שעף, איז נאך א סקאנדאל אויפגעזאגט געווארן, און אנהייב האט יאיר נווה אלטע קאמאנדיר פון צענטראל פראנט, געזאלט ווערן צייטווייליקע שעף, דערנאך איז בני גאנץ, אויסגעוועלט געווארן צו זיין נאכפאלגער פון אשכנזי.
משפחה
ער איז חתונה געהאט מיט רונית (געבוירן קארני), וועמענס פאמיליע איז א וועטעראן פון כפר סבא, א ריעל עסטעיט פרוי, זיי האבן צוויי קינדער, זיי וואוינען אין כפר סבא.
רעפערענצן
- ↑ "הרמטכ"ל התפלל בכותל לשחרורו של שליט", לדעת נייעס (ט"ו שבט תשס"ט). Retrieved on 2009-02-09.
פריערדיגער: דן חלוץ |
שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל 2007-2011 |
נאָכפאלגער: בני גאנץ |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!