רוי:ראובן פייערשטיין
ראובן פייערשטיין (י"ז אב תרפ"א, 21סטן אויגוסט, 1921 – כ"ט ניסן תשע"ד, 29סטן אפריל, 2014) איז געווען א ישראלישער קלינישער, אנטוויקלונג־ און באנעמיקער פסיכאלאג, און פראפעסאר פון פעדאגאגישער פסיכאלאגיע אין בר אילן אוניווערסיטעט און אין וואנדערבילט אוניווערסיטעט אין טענעסי.
ער איז געווען א געווינער פונעם ישראל פריז פאר סאציאל וויסנשאפט (1992) און א יקיר ירושלים.
ער איז באוואוסט פאר זיין טעאריע פון אינטעליגענץ וואס האלט אז אינטעליגענץ איז נישט "פעסט" נאר "בייטבאר".[1]
ער איז געבוירן געווארן אין באטושאן, רומעניע, איינע פון ניין געשוויסטער, אייניקלעך פונעם סופר וואס האט געשריבן די ספר תורה פארן צמח צדיק פון וויזשניץ.
ער איז נפטר געווארן אין ירושלים כ"ט ניסן תשע"ד ביי דער עלטער פון 92.[2]
משפחה
פוירשטיין האט געהייראט בערטא גוגנהיים, אן אוראייניקל פון אברהם ערלאנגער, וועמען ער האט דערקענט ווען ער איז געווען אין דער שווייץ. זי איז נפטר געווארן אין 2006.[3] זיי האבן געהאט פיר קינדער:
- הרב ד"ר רפי פייערשטיין, נשיא פון דעם פויירשטיין אנשטאלט און איינער פון די צהר רבנים.
- נועה שווארץ, עוסק אין פסיכאלאגיע
- אהרן פוירשטיין, פארוואלטער פוןסטודיו למשחק ניסן נתיב, ירושלים.
- אדוואקאט דני פייערשטיין
זיין שוועסטער בלהה איז געווען די ווייב פון פראפעסאר יעקב ראנד און די מוטער פון דעם אקטיאר שולי ראנד.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: ראובן פייערשטיין |
רעפערענצן
- ↑ Brown, Hannah. "Professor Reuven Feuerstein: A personal remembrance from a very grateful mother". JPost. Retrieved 2014-05-01.
- ↑ נפטר געווארן פראפעסאר פייערשטיין, אויף JDN (העברעאיש)
- ↑ אשר קשר, רשמים מסדרת פגישות וביקורים במרכז פוירשטיין בינואר 2008 - הפרק "מסגרת: פוירשטיין - ביוגרפיה, אתר מרכז פוירשטיין
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!