מוסטער שמועס:פריוואטע דרעפט בלאט

צושטעלן טעמע

נאמען

פארשטעלונג האט עפעס מיט תחפושת פון פורים? אדער גאר דער פורים שפיל "פאָרשטעלונג". תנא קמא (שמועס) 22:45, 21 פעברואר 2023 (IST)

"שטעלט אייך פאָר פאַר די צוהערער" (קענסט זיך פאָרשטעלן אז דאס מיינט עס?) --עברי אנכי (שמועס) 22:47, 21 פעברואר 2023 (IST)
האסטעך גוט פארגעשטעלט, עברי. קען מען דאס רענאמענען צו "פערזענליכע דרעפט" אדער "שאפן פערזענליכע דרעפט", א מער פארשטענדליכע נאמען? תנא קמא (שמועס) 22:52, 21 פעברואר 2023 (IST)
נאך א הצעה: "דרעפט אריינפיר" --עברי אנכי (שמועס) 22:57, 21 פעברואר 2023 (IST)
אפשר איז יא כדאי צו דערמאנען אינעם נאמען אז דא רעדט מען נישט פונעם דרעפט געביט? ס'מאכט עס קלארער. עברי, אויף וועלכע שטימסטו? תנא קמא (שמועס) 23:06, 21 פעברואר 2023 (IST)
עס איז געווען א שנעלע איבערטייטש פון "תיאור טיוטה", אויסגעפירט דורך עבדך הנאמן, ווי דו קענסט זיך מתאר זיין. דער גענויער נאמען איז נישט אזוי וויכטיג, ווייל דער בלאט שטייט נישט צו ווערן גענוצט פאר זיך נאר איינגעפלאכטן (ביים דרוקן אויפ'ן "דרעפט" לינק אויבן); מ'קען אבער רואיג טוישן צו פארשטענדליכערס, בתנאי אז באניצונגען דערפון ווערן מסודר. — צמא לדעתשמועס • ל' שבט ה'תשפ"ג
צוריק צו "פריוואטע דרעפט בלאט" בלאט.