רבי מרדכי דוד אונגער (דאמבראווא)

ווערסיע פון 20:48, 20 פעברואר 2023 דורך נייטראלער (שמועס | ביישטייערונגען) (רעדאגירונגען דורך אוהב מדע (שמועס) צוריקגעשטעלט צו דער לעצטער ווערסיע פון נייטראלער)


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

ליידיגע פאראמעטער [ חתימה, מקום פטירה, צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי מרדכי דוד אונגער
געבורט ה'תק"ל
פטירה ז' בשבט ה'תר"ג
וואוין אָרט דאמבראווא, לובלין, ליזענסק, קאזשניץ
טעטיגקייט אָרט דאמבראווא
הראשון דאמבראווער רבי
? – ז' בשבט ה'תר"ג

רבי מרדכי דוד אונגער (ארום ה'תק"לז' שבט ה'תר"ג) איז געווען א תלמיד פונעם "חוזה" פון לובלין און רב אין דאמבראווא. פון אים האט זיך אנגעהויבן די דאמבראווער דינאסטיע.

ביאגראפיע

יוגנט יארן

 
דאס בית המדרש אין דאָמבראָווע נאך דער קריג
 
דאס בית המדרש ווי עס זעט אויס נאכן איבערבויען. בילד פון אלול, תשע"ב

רבי מרדכי דוד איז געבוירן בערך אין תק"ל אין דאָמבראָווא (ענ'), גאליציע, צו רבי צבי הירש[1][2] און מושקיט. רבי צבי הירש פלעגט פארן צו צדיקים, ספעציעל צום אפטער רב, און איז נאך אויך געפארן צו רבי אלימלך פון ליזענסק, און שפעטער צום "חוזה" פון לובלין.

אין זיינע יונגע יארן, האט ער געלערנט אין דער ישיבה פונעם קאָזשניצער מגיד[3]. ער האט חתונה געהאט מיט חיה שרה, טאכטער פון א גביר אין טשמעלאוו (ענ'). נאך דער חתונה איז ער באקאנט געווארן אלס גאון בתורה[4], און נאכן הסתלקות פונעם לעמבערגער רב, דער "ישועות יעקב", האבן די טובי העיר געוואלט אויפנעמען רבי מרדכי דוד אלס לעמבערגער רב, נאר למעשה איז עס נישט צושטאנד געקומען[5].

אלס יונגערמאן, פלעגט ער פארן בקביעות צום חוזה פון לובלין און געווען ביי אים "בעל תוקע", ווען דער חוזה דינט אלס "בעל מקריא"[6]. אין לובלין איז ער נאנט געווארן מיט רבי אשר ישעיה ראָפּשיצער[7] און מיטן "אריה דבי עילאי". אין די שפעטערע יארן, פלעגט ער יערליך פארן קיין ראפשיץ צו רבי אשר'ל און אויך קיין ווישניצא צום אריה דבי עילאי[8].

רבי'סטווע

ווילנדיג זיין א "נהנה מיגיע כפו", האט רבי מרדכי דוד אנגעהויבן האנדלען מיט וויין, אזויווי זיינע עלטערן[9]. אבער כאטש וואס ער האט מצליח געווען אין מסחר און געוואלט אנהאלטן דעם וועג, האט ער געטוישט זיין מיינונג, נאך וואס זיין רבי, דער לובלינער, האט אים געזאגט אז פון הימל וויל מען ער זאל פירן אידן. בערך אין יאר תקע"ה האט ער אנגעהויבן פירן א רבי'סטווע אין דער דעמאלטס-מתנגד'ישער שטאט דאָמבראָווא, און גאנץ שנעל באקאנט געווארן אלס חסידישער רבי.

פילע חסידים פלעגן קומען צו אים קיין דאמבראווא, וואו ער האט אויך געגרינדעט אן אייגן חסידיש בית המדרש, ביי וועלכן ער האט אליין אנגעפירט מיטן בויען און וואס האט זיך געפירט לויט זיינע הוראות. צווישן אנדערן, האט ער דארט איינגעפירט צו דאוונען נוסח ספרד, און צוליב דעם האט ער געהאט רדיפות, אזש מתנגדים האבן אריינגעווארפן גרויסע באלקענעס אין שטוב אים צו שטערן, אבער פונדעסטוועגן האט ער זיי נישט נאכגעגעבן.

פטירה

רבי מרדכי דוד איז נפטר געווארן אום ז' שבט תר"ג. מ'האט אים באערדיגט אינעם ארטיגן בית החיים, אויף א געוויסע ארט וואס זיינע מקורבים האבן געשפירט אז ער האט דארט געוואלט באערדיגט ווערן[10]. אין זיין צוואה האט ער אנגעזאגט אז מ'זאל נישט שרייבן אויף זיין מציבה קיין סאך טיטלען, נאר "הרב החריף המכיר ערכו", און אז מ'זאל קיינעם לייגן נעבן אים, אויסער זיינע קינדער, און מ'זאל מיטלייגן זיינע כתבים.

ווען זיין זון רבי יוסף איז אוועק, האט מען אים באערדיגט נעבן אים. ביזן קריג איז געשטאנען אן אוהל איבער די קברים, וועלכן די דייטשן האבן חרוב געמאכט אינאיינעם מיטן גאנצן בית החיים. אין יאר תשנ"א האט מענדל רייכבערג, נאך לאנגע זוכענישן, געפונען דאס ארט און אויפגעבויט א נייעם אוהל מיט נייע מציבות.

פאמיליע

רבי מרדכי דוד האט איבערגעלאזט זעקס זין און איין טאכטער:

ליינט מער

רעפערענצן

  1. אין זיין הסכמה אויפן ספר "עבודת ישראל" על התורה, ערשינען דורך זיין זון רבי אברהם אלחנן, שרייבט ער זיך אונטער: "הק' מרדכי דוד בהרב הצדיק מו' צבי הירש נבג"מ זצוק"ל מדאמבראווא".
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    די הסכמה, עבודת ישראל.
  2. געווען אן אייניקל פונעם "סמיכת חכמים", מהר"ל פון פּראָג, רש"י, רא"ש און רב האי גאון, וועלכער האט געצויגן זיין יחוס ביז צו דוד המלך
  3. אין זיין אויבנדערמאנטער הסכמה אויפן ספר עבודת ישראל פונעם קאזשניצער מגיד, שילדערט ער די תקופה וואס ער האט געלערנט אין קאזשניץ, ווי מ'האט דארט געלערנט מסכת קידושין, און דער קאזשניצער מגיד האט מפלפל געווען בעיון און אין דער זעלבער צייט מייחד געווען יחודים. אויך שרייבט ער דארט אז אלע גדולי וחסידי הדור זענען תלמידים, אדער תלמידי תלמידים, פונעם קאזשניצער מגיד.
  4. ווי עס ווייזט אויס אין די בריוו-אויסטוישן מיט אים אין ספרי שאלות ותשובות. זע צב"ש עטליכע בריוו אין שו"ת שובע שמחות פון רבי מנחם מענדל לעזער פון סטריזוב.
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שובע שמחות, חלק ב'.
  5. קונטרס מדרכ"י דוד, זייט ד', אין נאמען פון רבי אהרן טייטלבוים פון טשענסקאָוויץ, אייניקל פון רבי מרדכי דוד.
  6. מוסטער:דרוש מקור מלא אין נאמען פונעם וואוידיסלאווער רב, רבי ישכר בער ראטנבערג. דער שופר מיט וועלכן רבי מרדכי דוד האט געבלאזן אין לובלין, איז געבליבן בירושה ביי די אייניקלעך פון רבי מרדכי דוד.
  7. אין "אור ישע" זענען געדרוקט צוויי בריוו פון רבי אשר'ל ראפשיצער, אין וועלכע ער באצייכנט רבי מרדכי דוד "ידיד נפשי".
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אור ישע, דף ט"ז עמוד ב'.
  8. געווענליך אין די עשרת ימי תשובה; און דער אריה דבי עילאי פלעגט צוריקפארן צו אים אינמיטן יאר.
  9. זיין פאמיליע-נאמען "אונגער" האט זיך גענומען צוליב זיינע שטענדיגע נסיעות קיין אונגארן צו ברענגען פון דארט וויין.
  10. ער פלעגט זיך פירן ווען ער איז ארויס אויפן שטאטישן בית החיים, אז ער האט זיך אפגעשטעלט אויף א ספעציפיש ארט און זיך דארט געזוימט, דערפון האבן זיינע מקורבים געשפירט אז ער וויל דארט באערדיגט ווערן.
  11. אויף זיין מציבה שטייט געשריבן, "חתן הרה"צ הגאון רבי חיים אבד"ק צאנז ז"ל והסתופף בצלו ערך ארבעים שנה".
  12. אויף זיין מציבה שטייט געשריבן, "חותן הקדוש מסאנץ".