מוסטער:אין די נייעס
- צוויי קינדער און א יונגערמאן זענען אומגעקומען און פיר פארוואונדעט געווארן אין א דרייוו-ביי אטאקע אין די רמות געגנט פון ירושלים (אין בילד: דער אויטאָ וואָס איז גענוצט געווארן צו דורכפירן די אטאקע). דער טעראָריסט, אַ פּאַלעסטינער איינוואוינער פון דער איסאוויא געגנט אין מזרח ירושלים, איז דערשאָסן געוואָרן.
- די סטעיט טעקסאס, אנגעפירט דורך רעפובליקאנער גאווערנאר גרעג אבאט, האט אנגעהויבן בויען א וואנט ביים פאראייניגטע שטאטן–מעקסיקא גרעניץ, נאך די ריזיגע פארמערונג אין די צאל אומלעגאלע אימיגראנטן, און דאס אפשטעלן פון בויען טראמפ'ס וואנט.
- כאטש 41,000 מענטשן גע'הרג'עט און מער ווי 120,000 פארוואונדעט נאך צוויי ערדציטערנישן, איינס פון 7.8 אויפ'ן ריכטער וואג, באטרעפן טערקיי און סיריע, ווערנדיג געשפירט אין ארץ ישראל, לבנון, און ציפערן.
- פינף איז א-דין על-קאסאם בריגאדעס מיטגלידער זענען אומגעקומען, נאך דריי פארוואונדעטע און אכט ארעסטירט ביי אן אָנפאַל פון מדינת ישראל זעלנער און נאכפאלגנדע שיסערייען אין א פליטים לאגער נעבן יריחו, אין מערב ברעג.
- א כינעזער באַלאָן, וואס איז פארדעכטיגט געווארן אין נאכקוקן און שפיאנאזש, ווערט אראפגעשאסן נאכ'ן איבערפליען קאנאדע און אמעריקע.
נפטר געווארן: רבי חנוך ערנטרוי, רבי שלום כהן, רבי יצחק טוביה ווייס • גריגארי קאנאוויטש