רוי:נמנע הנמנעות

ווערסיע פון 15:30, 5 פעברואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "מענטשלעכע" ב־"מענטשליכע")

נמנע הנמנעות איז א באגריף אין דער טעאלאגיע פון חב"ד, וואס מיינט אז גאט קען מאכן אפילו זאכן וואס האבן אן אינערלעכע סתירה, למשל מאכן אז צוויי מאל צוויי וועלן זיין פינעף.


דער געדאנק פון נמנע הנמנעות איז זייער קאנטראווערסיאל אין דער יידישע מחשבה, און ס'איז אנטקעגן די שיטה פון רב סעדיה גאון, רמב"ם[1], רשב"א[2], און די אלע ראשונים.

ס'זענען דא חב"דצקער וואס טענען, אז פון נמנע הנמנעות קומט ארויס אז גאט קען אפילו באשאפן אן אנדער גאט ווי אים, אדער טוט זיך אן אין א מענטשליכע קערפער, רחמנא ליצלן.[3] דאס האט אויך א שייכות מיט די באוווסטע שאלה, אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן.

ר' ישראל נתנאל רובין באווייזט אין זיינע מאנאמענטאלער ספר "מה שאלקים לא יכול" ("וואס גאט קען נישט") אז דער חב"דישער באגריף פון נמנע הנמנעות ברענגט צו א טאטאלע כפירה און אפיקורסות. די חב"דישע קראנקער קאפ, וואס מיינט אז א חלק פון גאטס' אלעס-מעגליכקייט איז אויך מאכן זאכן וואס זענען היפך כבודו, ברענגט צו פאראדאקסאלע רעזולטאטן. למשל, לויט זיי, אויב גאט קען מאכן אלעס, ער מוז קענען אויכעט באגייען א זעלבסט מארד. אויב גאט קען באגייען א זעלבסט מארד, ס'קומט ארויס אז ער האט שוין באגייט זעלבסט מארד, ווייל אז מ'רעדט וועגן דער אייביקייט, אלעס וואס קען ווערן, איז שוין געווארן.[4] די רעזולטאט איז אז די ליובאוויטשערס האבן א טויטער גאט.

רעפערענצן

  1. מורה נבוכים ג, טו.
  2. שו"ת ד, רלד.
  3. זעט אין ר' ישראל נתנאל רובין העברעישער בוך "מה שאלקים לא יכול" ("וואס גאט קען נישט"), קאפיטל י"ט, "די נמנעות אין דער טעאלאגיע פון חב"ד", זייט 390-363. זעט אויך אין "ספר המאמרים" פון רש"ב, תרמ"ו-תר"ן (קה"ת, ניו יארק תשס"ז), זייט רע"ד.
  4. http://whatgodcannot.blogspot.com/2018/07/blog-post_19.html?m=1

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!