ראבערט רעמאק
Robert Remak.jpg
פעלדער עמבריאלאגיע
פיזיאלאגיע
נעווראלאגיע
וואוינארט בערלין
הויפט ביישטייערן
עקטאדערם, מעזאדערם, ענדאדערם

ראָבערט רעמאַק (פויליש און דייטש: Robert Remak;‏ 26סטן יולי 1815 - 29סטן אויגוסט 1865) איז געווען אַ פּרייסישער פאָרשער: ציטאָלאָג, עמבריאָלאָג, נייראָן־פאָרשער און נעווראָלאָג.

די וויכטיגסטע אויסגעפינסן זיינע זענען די באַשרייבונג פון נערוו פיברע סטרוקטור, איבערקוק פון די פאָרשטעלונגען וועגן עמבריאָנישע בלעטער און די אַנטדעקונגען פון פונדאַמענטאַלן געזעץ, אַז אַלע צעלן שטאַמען נאָר פון אַנדערע צעלן דורך צעל־טיילונג אַסאָציאירט מיט דער טיילונג פונעם קערן.

יונגע יאָרן

ער איז געבוירן געוואָרן אין פּויזן אין אַ אידישער משפּחה פון אַ קרעמער שלמה מאַיער רעמאַקן און פרעדעריקע קאַראָ.[1] ראָבערט איז געווען איינער פון די פינף קינדער.

בילדונג און אַקאַדעמישע קאַריערע

רעמאַק האָט שטודירט אינעם פרידריך ווילהעלם אוניווערסיטעט אין בערלין, וואָס ער האָט געענדיגט אין 1838 אַלץ אַ נייראָ־וויסנשאַפטלער. היות ער איז געווען אַ ייד, האָט ער באַקומען די פּראָפעסאָר פּאָזיציע נאָר אין זיינע שפּעטערע יאָרן, ניט געקוקט אויף זיינע גרויסע בייטראָגן. די אידעען און אַרויספירן רעמאַקס וועגן צעל טיילונג, וואָס זענען געוואָרן זייער אַ וויכטיגער שריט אין דער אַנטוויקלונג פון צעל־ביאָלאָגיע, זענען געוואָרן פּלאַגיאירט דורך זיין פריינד, באַרימטן פאָרשער, רודאָלף ווירכאָוון.[2]

פאָרשערישע ביישטייערונגען

אין אַ סך וויסנשאַפטלעכע געביטן איז רעמאַק געווען דער אויסגעפינער.

זיינע ערשטע ווערק זענען געווידמעט געוואָרן צו מיקראָסקאָפּישער באַשרייבונג פון נערוו פיברעס. אין דאָזיקע יאָרן האָבן די פאָרשער (גאָטפריד ערענבערג, יאָהאַן פּורקיניע, גוסטאַוו וואַלענטין און קורץ שפּעטער טעאָדאָר שוואַן, אַלבערט קעליקער) געמאַכט די ערשטע מאָרפאָלאָגישע אָבסערוואַציעס פון נערווישע צעלולאַרע סטרוקטורן און רעמאַק איז געווען איינער פון די פּיאָנערן אין נייראָן פאָרשונג. ער האָט אויסגעוויזן, אַז די "אַרויסוואַקסן" און נייראָנען זענען פאַרבונדן און אַז נערוו פיברעס זענען קיין "רערלעך" מיט חלל ניט און להיפּוך זיי שליסן איין ספּעציפישע סטרוקטורן (אַקסאָנען אָדער "בענדער פון רעמאַק"). רעמאַק האָט אויך אַנטפּלעקט צוויי מינים פיברעס: די מינים, וואָס הייסן היינט מיעליניזירטע און ניט־מיעליניזירטע (אָדער "רעמאַקס") פיברעס.[3][4][5]

צעל־ביאָלאָגיע איז מודה, אַז רעמאַק איז דער ערשטער פאָרשער, וואָס האָט משער געווען, אַז די צעלן שטאַמען נאָר פון אַנדערע צעלן דורך טיילונג[6][2]. ער האָט אָנגעהויבן מיט אָבסערוואַציעס פון בלוט־צעלן אין עמבריאָנען פון פרעש, פייגל און זויג־חיות אין 1840טן יאָרן. זיינע סברות, אַז נייע צעלן שטאַמען פון פאָרויסיקע, האָט באַקומען די באַשטעטיגונג אין ווערק פון אַנדערע פאָרשער און אויך זיינע אייגענע אַרבעטן וועגן איי־צעברעקלונג און טיילונגען אין מוסקל־פיברע. דעם עיקר, אַז די צעלן מערן זיך דורך טיילונג און אַזוי פאָרמירן די געוועבן און גלידער ביי בעלי־חיים, האָט רעמאַק פאָרמולירט אין 1852 און אין שפּעטערדיקע ווערק[7][6]. חוץ דעם ,ער איז געווען דער מחבר פון רעיון, אַז די צעל־טיילונג הייבט זיך אָן מיט דער קערן־טיילונג, די אידעע, וואָס מען האָט זי בשלמות פאַרשטאַנען נאָר אַ סך שפּעטער.[6]

ביי דערמאַטאָלאָגן איז רעמאַק באַקאַנט פאַר זיינע אָבסערוואַציעס פון דער פּאַרך, דעם ערשט־באַוואוסטן הויט־מיקאָז. אין 1837 האָט ער באַשריבן די סטרוקטורן, וואָס זענען שפּעטער פאַרבונדן געוואָרן מיט אַ שוועמל דורך יאָהאַנעס שענליינען. און רעמאַק גופא האָט חוקר געווען די אָנשטעקונג פון דער אינפעקציע און האָט אָנגערופן דאס שוועמל Achorion schoenleinii (אין 1845).[8]

פּערזענליך לעבן און אָפּשפּראָצן

אין יאָר 1848 האָט רעמאַק חתונה געהאַט מיט פעאָדאָרע מייער (1828–1863). זיין זון, ערנסט יוליוס רעמאַק (1849–1911), איז געווען אַ נעווראָלאָג און זיין אייניקל, גלייך אָנגערופן ראָבערט רעמאַק (1888–1942), איז געווען אַ מאַטעמאַטיקער (ער איז אומגעקומען אין חורבן). איינע פון די אוראייניקלעך רעמאַקס, הילדע הימלווייט (1918–1989), איז געווען אַ פאָרשערין אין סאָציאַלער פּסיכאָלאָגיע.[1][6]

ראָבערט רעמאַק איז נפטר געוואָרן אין באַד קיסינגען (בייערן) פון סעפּסיס אָדער דיאַבעט.[3]

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Kampe2002
  2. 2.0 2.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Wright2012
  3. 3.0 3.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Lagunoff2002
  4. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Karenberg2000
  5. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Senft2011
  6. 6.0 6.1 6.2 6.3 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Droscher2008
  7. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Remak1858
  8. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Negroni2010

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!